25 פוילוס אבער האט געזאגט: איך בין נישט משוגע, אָ נאבעלער פעסטוס, נאר איך רעד ווערטער פון אמת און ניכטערקייט.
איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ נאבעלער טעאפילוס,
האט יהושע/ישוע געענטפערט: איך האב נישט קיין בייזן גייסט, נאר איך גיב אפ כבוד צו מיין פאטער, און איר זענט מיך מבזה.
קלוידיוס ליזיאס צום חשובסטן גובערנאטאר פעליקס, שלום.
(דאס) אנערקענען מיר אלעמאל און אומעטום, אָ נאבעלער פעליקס, מיט פיל דאנקבארקייט.
וואס האלט זיך ביים באגלויבטן ווארט לויט דער לערנונג, כדי ער זאל זיין אימשטאנד סאי מזהיר צו זיין אין דער געזונטער לערנונג, סאי צו רעדן שטראפרייד צו די קעגנער.
דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה;
צאלט נישט אפ מיט שלעכטס פאר שלעכטס, אדער זידלווארט פאר זידלווארט, נאר להיפך: בענטשט; ווייל דערצו זענט איר בארופן געווארן, כדי איר זאלט ירשענען א ברכה.