Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 26:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 דעריבער אזויווי איך האב באקומען די הילף, וואס איז פון ה׳, שטיי איך ביז צום היינטיקן טאג, עדות זאגנדיק פאר קליין און פאר גרויס, און זאג נישט קיין שום זאך אחוץ דאס, וואס די נביאים און משה (רבינו) האבן געזאגט, אז עס וועט געשען:

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 26:22
42 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן.


ווארום איך האב פינף ברידער; כדי ער זאל זיי ווארנען, אז זיי זאלן אויך נישט קומען צו דעם דאזיקן ארט פון פיין!


און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים.


און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר.


און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג,


ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן.


פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע בן יוסף פון נצרת.


איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר.


ווייל וואלט איר געגלויבט משהן, וואלט איר אויך מיר געגלויבט, ווארום ער האט געשריבן וועגן מיר.


אויף אים זאגן אלע נביאים עדות, אז יעדערער, וואס גלויבט אין אים, וועט דורך זיין נאמען באקומען די פארגעבונג פון זינד.


און ווען זיי האבן אויסגעפירט אלץ, וואס שטייט געשריבן וועגן אים, האבן זיי אים אראפגענומען פון דעם בוים און אים אריינגעלייגט אין א קבר.


נאר דאס דאזיקע בין איך זיך פאר דיר מתוודה, אז לויט דעם (דרך ה׳) דרך, וועלכן זיי רופן אן כיתה, אזוי־אָ דין איך דעם ג‑ט פון אונדזערע אבות, גלויבנדיק אלץ, וואס שטייט געשריבן אין דער תורה און אין די נביאים;


איך וועל דיך מציל זיין פון דעם (יידישן) פאלק און פון די אומות (העולם), צו וועלכע איך שיק דיך,


און איצט שטיי איך געמשפט צו ווערן צוליב דער האפענונג פון דער הבטחה, וועלכע ה׳ האט געמאכט צו אונדזערע אבות,


און נאך דעם ווי זיי האבן אים באשטימט א טאג, זענען זיי געקומען צו אים אין גאסטהויז אריין אין גרעסערער צאל; וועמען ער האט דערקלערט, עדות זאגנדיק וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און אויפווייזנדיק וועגן יהושען/ישוען פון תורת משה און פון די נביאים, פון אינדערסרי ביז אין אוונט.


איצט אבער האט זיך, אויסער דער תורה, באוויזן די גערעכטיקייט פון ה׳, וועגן וועלכער סאי די תורה סאי די נביאים האבן עדות געזאגט:


ווארום קודם כל האב איך אייך איבערגעגעבן, וואס אויך איך האב מקבל געווען, אז משיח איז געשטארבן פאר אונדזערע זינד לויט די כתבי (הקודש); (ישעיהו נג, ה-יב.)


און אז ער איז נקבר געווארן; און אז ער איז אויפגעשטאנען דעם דריטן טאג לויט די כתבי (הקודש); (תהלים טז, י.)


מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען.


און די פעלקער זענען געווארן צארנדיק, און דיין צארן איז געקומען, און די צייט פון די מתים, געמשפט צו ווערן, און צו געבן דעם שכר צו דיינע קנעכט די נביאים, און צו די קדושים, און די, וועלכע פארכטן זיך פאר דיין נאמען, די קליינע און די גרויסע, און צו פארדארבן די פארדארבער פון דער ערד.


און זיי זינגען דאס ניגון פון משה (רבינו) ה׳ס קנעכט, און דאס ניגון פון דעם לעמעלע, אזוי צו זאגן: גרויס און וואונדערבאר זענען דיינע מעשים, האר, ג‑ט, אלמעכטיקער; גערעכט און אמת זענען דיינע דרכים, דו קעניג פון די פעלקער!


און איך האב געזען די טויטע, די גרויסע און די קליינע, שטיין פאר דעם כסא הכבוד; און ספרים זענען געווען אויפגעמאכט; און אן אנדער ספר איז אויפגעמאכט געווארן, דאס איז דאס ספר החיים (בוך פון לעבן); און די מתים זענען געמשפט געווארן אויס דעם, וואס שטייט געשריבן אין די ספרים, לויט זייערע מעשים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ