איך האב אבער נישט עפעס גענויעס צו שרייבן וועגן אים צו מיין האר. דערפאר האב איך אים געברענגט פאר אייך, און איבערהויפט פאר דיר, קעניג אגריפא, כדי נאך דער אויספארשונג זאל איך האבן וואס צו שרייבן.
ווארום וועגן די דאזיקע זאכן, ווייסט דער קעניג, צו וועמען איך רעד אויך מיט דרייסטקייט; ווארום איך בין בטוח, אז פון די דאזיקע זאכן איז אים גארנישט פארהוילן, ווייל עס איז נישט געטאן געווארן אין א (געהיים) ווינקל.