Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 26:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 26:18
90 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג‑ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען!


דאס פאלק, וואס איז געזעסן אין דער פינסטער, האט געזען א גרויס ליכט, און צו די, וואס זענען געזעסן אין א לאנד און אין שאטן פון טויט, פאר זיי האט א ליכט אויפגעשיינט. (ישעיהו ט, א-ב.)


כדי צו געבן זיין פאלק דערקענטעניש פון ישועה דורך דער פארגעבונג פון זייערע זינד,


זיי צו געבן ליכט וואס זיצן אין פינצטערניש און אין שאטן פון טויט, צו פירן אונדזערע פיס אינם וועג פון שלום.


א ליכט צו דער באלויכטונג פון די אומות (העולם) און א הערלעכקייט פאר דיין פאלק ישראל. (ישעיהו מב, ו.)


דעמאלט האט ער אויפגעעפנט זייער פארשטאנד, משיג צו זיין די כתבי (הקודש);


און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים.


דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר, ווייל ער האט מיך געזאלבט, כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט; ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע, און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען, די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,


הייליק זיי אין דעם אמת; דיין ווארט איז אמת.


און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו איר: אויב דו וואלסט געקענט די מתנה פון ה׳, און ווער דער איז, וואס זאגט צו דיר: גיב מיר צו טרינקען, וואלסטו אים געבעטן, און ער וואלט דיר געגעבן לעבעדיק וואסער.


ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן.


דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן.


און יהושע/ישוע האט געזאגט: צום משפט בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי די, וואס זען נישט, זאלן זען, און די זעענדיקע זאלן ווערן בלינד.


בשעת איך בין אין דער וועלט, בין איך דאס ליכט פון דער וועלט.


אויף אים זאגן אלע נביאים עדות, אז יעדערער, וואס גלויבט אין אים, וועט דורך זיין נאמען באקומען די פארגעבונג פון זינד.


ווארום אזוי האט אונדז דער האר באפוילן: איך האב דיך געזעצט פאר א ליכט צו די פעלקער, אז דו זאלסט זיין א ישועה ביז צום סוף פון דער ערד. (ישעיהו מט, ו.)


און נישט געמאכט קיין חילוק צווישן אונדז און זיי, רייניקנדיק זייערע הערצער דורך דער אמונה.


און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.


עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


און איצט לאז איך אייך איבער אויף ה׳ס באראט און צום ווארט פון זיין חסד, וועלכער האט די מאכט אייך צו דערבויען און אייך צו געבן די ירושה צווישן אלע געהייליקטע.


דערפאר, אָ קעניג אגריפא, בין איך נישט געווארן אומגעהארכזאם צו דעם חיזיון פון הימל;


אז דער משיח וועט ליידן, און אז ער, דער ערשטער אויפצושטיין תחית המתים, וועט אנזאגן א ליכט צום (יידישן) פאלק און צו די אומות (העולם).


דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,


אים האט ה׳ דערהייבט מיט זיין רעכטער האנט, (צו זיין) א שר און א גואל, צו געבן צו ישראל תשובה און סליחת חטאים.


און אויב קינדער, זענען מיר אויך יורשים, יורשים פון ה׳, מיטיורשים פונם משיח; אויב מיר ליידן ווירקלעך מיט אים, כדי מיר זאלן אויך צוזאמען פארהערלעכט ווערן.


צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע איז אין קארינט, צו די געהייליקטע אינם משיח יהושע/ישוע, צו די בארופענע קדושים, צוזאמען מיט אלע, וואס רופן אָן דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אויף יעדן ארט, זייער (האר) און אונדזערער;


פון אים אבער זענט איר אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכער איז פאר אונדז געווארן חכמה פון ה׳, און צדקות און קדושה, און גאולה;


פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳.


ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח.


ווערט נישט איינגעשפאנט אין קיין פרעמדן יאך מיט אומגלויביקע; ווארום וואס פאר א חברותאשאפט האט צדקות מיט רשעות? אדער וואס פאר א געמיינשאפט האט ליכט מיט פינצטערניש?


מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.


כדי די ברכה פון אברהמען זאל קומען צו די פעלקער אין יהושע/ישוע המשיחן; כדי מיר זאלן באקומען די הבטחה פון דעם גייסט דורך דער אמונה.


בלויז דאס דאזיקע וויל איך לערנען פון אייך: צי דורך ווערט פון מעשים פון תרי״ג זכות האט איר באקומען דעם רוח (הקודש), אדער דורך דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן?


אין אים, אין וועמען אויך מיר זענען געווארן יורשים, פארויס באשטימט לויט דער כוונה פון אים, וואס ווירקט אלץ לויט דער עצה פון זיין רצון;


וועלכער איז דער ערבון פון אונדזער ירושה, ביז צו דער אויסלייזונג פון דעם עם סגולה, צום לויב פון זיין כבוד.


אז די אויגן פון אייער הארץ זאלן דערלויכטן ווערן, כדי איר זאלט וויסן וואס איז די האפענונג פון זיין רוף, און עשירות פון זיין הערלעכער ירושה אין די הייליקע,


אין וועמען מיר האבן די ישועה דורך זיין בלוט, די פארגעבונג פון (אונדזערע) זינד, לויט דער עשירות פון זיין חסד,


ווארום מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן דורך אמונה, און דאס נישט פון אייך אליין, עס איז א מתנה פון ה׳;


וועלכע זענען פארפינסטערט אין זייער פארשטאנד, פארפרעמדט פון דעם לעבן פון ה׳, צוליב דעם אומוויסן, וואס איז אין זיי, דורך דער פארטעמפטקייט פון זייער הארץ;


און האט נישט קיין חברותאשאפט מיט די אומפרוכטבארע מעשים פון דער פינצטערניש, נאר ליבער זאלט איר זיי שטראפן;


ווייל אלץ, וואס ווערט אנטפלעקט, איז ליכט. דערפאר זאגט ער: וואך אויף, דו שלאפנדיקער, און שטיי אויף פון די טויטע, און דער משיח וועט דיך באלויכטן! (ישעיהו ס, א.)


ווארום אמאל זענט איר געווען פינצטערניש, איצט אבער (זענט איר) ליכט אין דעם האר, פירט זשע זיך אויף ווי קינדער פונם ליכט—


ווייל דער ראנגלעניש פאר אונדז איז נישט קעגן בלוט און פלייש, נאר קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די וועלטהערשער פון דער דאזיקער פינצטערניש, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע ערטער.


און ווידער ניכטער צו ווערן אויס דעם שׂטנס פאסטקע ארויס, וואס ער האט זיי געפאנגען צו זיין ווילן.


אין וועלכן רצון מיר זענען געהייליקט געווארן דורך דעם מקריב זיין פון דעם קערפער פון יהושע/ישוע המשיחן איינמאל פאר אלעמאל.


ווארום ער האט מיט איין קרבן שלמותדיק געמאכט אויף אייביק די, וואס זענען געהייליקט געווארן.


אָן אמונה אבער איז נישט מעגלעך אים וואוילצוגעפעלן; ווייל דער, וואס דערנענטערט זיך צו ה׳ מוז גלויבן, אז ער איז, און אז ער וועט זיין א גומל שכר צו די, וואס זוכן אים.


און צוליב דעם איז ער דער פארמיטלער פון דעם נייעם בונד, כדי נאכדעם ווי זיין טויט איז געווארן פאר אן אויסלייזונג פון די עבירות, וואס זענען אונטער דעם ערשטן בונד, זאלן די גערופענע באקומען די אייביקע ירושה.


הערט זיך צו, געליבטע ברידער מיינע, צי האט דען ה׳ נישט אויסדערוויילט די אביונים אין דער וועלט, אז זיי זאלן זיין עשירים אין אמונה און יורשים פון דעם מלכות, וואס ער האט צוגעזאגט די, וואס האבן אים ליב!


צו אן אומפארדארבלעכער און אומבאפלעקטער ירושה, און וואס פארוועלקט נישט, וועלכע איז באהאלטן אין הימל פאר אייערטוועגן,


ווארום איר זענט געווען ווי פארבלאנדזשעטע שאף, נאר איצט האט איר זיך אומגעקערט צום פאסטוך און משגיח פון אייערע נשמות. (ישעיהו נג, ה-ט.)


איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)


ווען מיר זענען זיך מתוודה אויף אונדזערע זינד, איז ער געטריי און גערעכט אז ער זאל אונדז מוחל זיין די זינד און אונדז רייניקן פון יעדער אומגערעכטיקייט. (משלי כח, יג.)


איך שרייב צו אייך, קינדער, ווייל די זינד זענען אייך פארגעבן געווארן צוליב זיין נאמען.


ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן.


מיר ווייסן, אז מיר זענען פון ה׳, און די גאנצע וועלט ליגט אין דער (מאכט) פונם נישט גוטן.


יהודה, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן און א ברודער פון יעקבן, צו די גערופענע, געליבטע אין ג‑ט דעם פאטער, און אפגעהיט פאר יהושע/ישוע המשיחן:


און עס וועט בשום אופן אין איר נישט אריינגיין קיין שום טמא זאך, און ווער עס טוט אומווירדיקייט און שקר; נאר די, וואס זענען איינגעשריבן אין דעם לעמעלעס ספר החיים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ