Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 26:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 נאר הויב דיך אויף, און שטעל דיך אויף דיינע פיס; ווארום פאר דעם דאזיקן האב איך מיך צו דיר באוויזן, דיך צו מאכן פאר א דינער און עדות פון דעם, וואס דו האסט געזען פון מיר, און פון די זאכן, אין וועלכע איך וועל מיך צו דיר באווייזן;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 26:16
34 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אזוי ווי עס האבן זיי אונדז איבערגעגעבן די, וואס האבן זיי אליין געזען פון אנהויב אָן און זענען געווען דינער פונם ווארט,


ווייל ער איז געווען געציילט מיט אונדז און האט באקומען זיין חלק אין דער דאזיקער עבודה.


איינעם, וואס זאל איבערנעמען דאס ארט פון דער דאזיקער עבודה און שליחות, פון וועלכער יהודה איז אפגעפאלן, כדי צו גיין אויף זיין אייגן ארט.


נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.


און אפגעגעבנדיק זיי שלום, האט ער באריכות דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט געטאן צווישן די אומות העולם דורך זיין עבודה.


און איך האב געזאגט: וואס זאל איך טאן, האר? און דער האר האט צו מיר געזאגט: שטיי אויף, גיי קיין דמשק; און דארטן וועט דיר (שוין) געזאגט ווערן וועגן אלעם, וואס איז דיר באשטימט געווארן, צו טאן.


און אין דער פאלגענדיקער נאכט איז דער האר געשטאנען ביי אים, און געזאגט: זיי שטארק; ווארום ווי דו האסט עדות געזאגט וועגן מיר אין ירושלים, אזוי דארפסטו אויך עדות זאגן אין רוים.


און איך האב געזאגט: ווער ביסטו, האר? און דער האר האט געזאגט: איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט.


מיר אבער וועלן אנהאלטן אין תפילה און אין דער עבודה פון דעם ווארט.


דורך וועמען מיר האבן מקבל געווען חסד און די שליחות צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה צווישן אלע פעלקער דורך זיין נאמען,


צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.


דערפאר, האבנדיק אָט די דאזיקע עבודה, אזויווי מיר האבן מקבל געווען רחמים, פאלן מיר נישט אראפ פארצווייפלט;


און דאס אלץ איז פון ה׳, וועלכער האט אונדז געמאכט שלום (ישעיהו נג, ה.) מיט זיך אליין דורך דעם משיח און אונדז געגעבן די עבודה פון די מאכן פון שלום;


ווייל נישט האב איך זי באקומען פון א מענטשן, נישט האט מען מיך זי אויסגעלערנט, נאר (זי איז) דורך אן אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן.


איך בין אבער ארויפגעגאנגען לויט אן אנטפלעקונג; און האב פארגעלייגט פאר זיי די גוטע בשורה, וואס איך רוף אויס צווישן די אומות העולם, און בפרט באזונדער פאר די חשובים, כדי איך זאל נישט לויפן אומזיסט, אדער האבן געלאפן.


אז לויט אן אנטפלעקונג איז מיר נתגלה געווארן דער סוד, ווי איך האב אייך שוין פריער געשריבן בקיצור,


אויב איר וועט נאר פארבלייבן אין דער אמונה, געגרונטפעסטיקט און פעסט, און נישט באוועגן זיך פון דער האפענונג פון דער גוטער בשורה, וועלכע איר האט געהערט, וועלכע איז אויסגערופן געווארן אין דער גאנצער באשאפונג אונטערן הימל; פון וועלכער איך פוילוס בין געווארן א משרת.


וועמעס משרת איך בין געווארן לויט ה׳ס פלאן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן פאר אייך, צו דערפילן ה׳ס ווארט,


לויט ווי איר האט געלערנט פון עפאפראסן אונדזער געליבטן מיטקנעכט, וועלכער איז א געטרייער משרת פון דעם משיח פאר אייערטוועגן,


און האבן געשיקט טימאטעוסן דעם ברודער אונדזערן און ה׳ס מיטארבעטער אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח, אייך צו שטארקן און טרייסטן וועגן אייער אמונה,


איך דאנק אים, וועלכער האט מיך שטארק געמאכט, משיח יהושע/ישוע אונדזער האר, ווייל ער האט מיך געהאלטן פאר באגלויבט, באשטימענדיק מיך צו (זיין) דינסט;


אויב דו וועסט פארלייגן די דאזיקע זאכן פאר די ברידער, וועסטו זיין א גוטער משרת פון דעם משיח יהושע/ישוע, דערצויגן אין די ווערטער פון דער אמונה און פון דער גוטער לערנונג, וועלכער דו האסט שוין נאכגעפאלגט;


דו אבער זיי ניכטער אין אלעם, דערטראג ליידן, טו די ארבעט פון א מבשר, זיי ממלא דיין עבודה.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ