13 האב איך אין מיטן טאג געזען אונטערוועגנס, אָ קעניג, א ליכט פון הימל, העלער ווי די זון, (וואס) האט מיך ארומגעלויכטן און די, וואס זענען געפארן מיט מיר.
און ער איז פארענדערט געווארן פאר זיי, און זיין פנים האט געלויכטן ווי די זון, און זיינע מלבושים זענען געווארן ווייס ווי דאס ליכט.
און עס איז געשען, בשעת איך בין געווען אויפן וועג און האב מיך דערנענטערט צו דמשק, ארום האלבן טאג האט מיך פלוצלונג ארומגעלויכטן א גרויס ליכט פון הימל.
און די, וואס זענען מיט מיר געווען, האבן געזען דאס ליכט, נאר דאס קול, וואס האט גערעדט מיט מיר, האבן זיי נישט (מיט פארשטענדיקייט) געהערט.
און בשעת איך בין געפארן וועגן דעם קיין דמשק מיט רשות און אויפטראג פון די הויפט כהנים,
און ווען מיר אלע זענען אנידערגעפאלן אויף דער ערד. האב איך געהערט א קול, וואס האט צו מיר געזאגט אויף לשון קודש: שאול, שאול וואס פארפאלגסטו מיך? עס איז שווער פאר דיר צו שטויסן קעגן שפיציקע שטעקנס.
און בשעת ער איז געפארן, איז געשען, אז ווען ער האט זיך דערנענטערט צו דמשק, האט פלוצלונג א ליכט פון הימל אים ארומגעשטראלט;
און האט געהאט אין זיין רעכטער האנט זיבן שטערן; און פון זיין מויל גייט ארויס א מעסער-ווי צוויי-שארפיקע שווערד; און זיין פנים האט געשיינט ווי די זון אין איר מאכט.
און די שטאט דארף נישט האבן די זון, נישט די לבנה, זי צו באלויכטן; ווארום דער כבוד פון ה׳ האט געשיינט איבער איר, און דאס לעמעלע איז איר ליכט. (ישעיהו ס, יט.)