12 און בשעת איך בין געפארן וועגן דעם קיין דמשק מיט רשות און אויפטראג פון די הויפט כהנים,
און די הויפט כהנים און די פרושים האבן ארויסגעגעבן א באפעל, אז ווען עמיצער ווייסט וואו ער שטייט איין, זאל ער עס צו וויסן געבן, כדי זיי זאלן אים כאפן.
און האב עס אויך געטאן אין ירושלים; און פיל פון די הייליקע האב איך איינגעשלאסן אין תפיסות, האבנדיק באקומען מאכט פון די הויפט כהנים; און ווען מען האט זיי אומגעבראכט האב איך צוגעשטימט דערצו.
האב איך אין מיטן טאג געזען אונטערוועגנס, אָ קעניג, א ליכט פון הימל, העלער ווי די זון, (וואס) האט מיך ארומגעלויכטן און די, וואס זענען געפארן מיט מיר.
און צו לעצט נאך אלעמען האט ער זיך באוויזן אויך צו מיר, וואס איך בין גלייך צו א מפיל קינד.