1 און אגריפא האט געזאגט צו פוילוסן: עס איז דיר דערלויבט צו רעדן פאר דיר אליין. דעמאלט האט פוילוס אויסגעשטרעקט די האנט און זיך פארטיידיקט:
צי משפט דען אונדזער תורה דעם מענטשן, איידער מען האט אים קודם כל אויסגעהערט, און מען ווייסט וואס ער האט געטאן?
ברידער און פאטערס, הערט איצט אויס מיין פארטיידיקונג פאר אייך—
וועמען איך האב געענטפערט, אז עס איז נישט דער מנהג ביי רוימער איבערצוגעבן א מענטשן (צום טויט) איידער דער באשולדיקטער האט די באשולדיקער פאר זיך פנים אל פנים, און באקומט א געלעגנהייט זיך צו פארטיידיקן אויף דער באשולדיקונג.
ווארום עס שיינט מיר אויס נישט לאגיש, צו שיקן א געפאנגענעם, און נישט אנצוגעבן די באשולדיקונגען קעגן אים.
איך שעץ מיך גליקלעך, אָ קעניג אגריפא, וואס איך דארף מיך היינט פארטיידיקן פאר דיר וועגן אלעם, וואס די יידן קלאגן מיך אָן;
דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;
אבער וועגן ישראל זאגט ער; דעם גאנצן טאג האב איך אויסגעשטרעקט מיינע הענט צו א ווידערשפעניק און אקייגנרעדנדיק פאלק. (ישעיהו סה, ב.)