9 פעסטוס אבער, וועלנדיק געפינען חן ביי די יידן, האט ענטפערנדיק פוילוסן געזאגט: צי ווילסטו ארויפגיין קיין ירושלים, און דארטן פון מיר געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן?
און ווייל פילאטוס האט געוואלט טאן די געפעליקייט דעם המון, האט ער פאר זיי באפרייט בר‑אבאן, און האט איבערגעגעבן יהושען/ישוען, נאך דעם ווי ער האט אים געלאזט שמייסן, און אים איבערגעגעבן אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן. (ישעיהו נג, ה.)
און זעענדיק, אז עס איז געפעלן די יידן, האט ער געמערט צו ארעסטירן פעטרוסן אויך. און עס זענען (דעמאלט) געווען די טעג פונם חג המצות.
און ווען צוויי יאר זענען פארפלאסן, האט פעליקס באקומען פארציוס פעסטוסן צום נאכפאלגער; און וועלנדיק ארויסווייזן די יידן א חסד, האט פעליקס איבערגעלאזט פוילוסן אין תפיסה.
און איך, זייענדיק אין ספק בנוגע דער אויספארשונג פון אזעלכע שאלות, האב געפרעגט, צי ער וויל גיין קיין ירושלים און דארטן געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן.
פארלאנגענדיק א געפעליקייט קעגן אים (ד.ה. פוילוסן), אז ער זאל אים לאזן ברענגען קיין ירושלים; ווייל זיי האבן געמאכט א פארשווערונג אים צו הרגענען אונטערוועגנס.