Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 25:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 בעת פוילוס האט זיך פארטיידיקט: נישט קעגן דער יידישער תורה, נישט קעגן דעם בית המקדש, נישט קעגן קיסר האב איך עפעס געזינדיקט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 25:8
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און פוילוס האט זיך איינגעקוקט אויפן סנהדרין, און געזאגט: ברידער, איך האב געלעבט פאר ה׳ מיט א גאנץ און גוט געוויסן ביז צום היינטיקן טאג.


און נישט האבן זיי מיך געפונען האלטנדיק א וויכוח מיט עמיצן אדער מאכנדיק א מחלוקה ביים המון אינם בית המקדש, נישט אין די שולן, נישט אין דער שטאט,


נאר דאס דאזיקע בין איך זיך פאר דיר מתוודה, אז לויט דעם (דרך ה׳) דרך, וועלכן זיי רופן אן כיתה, אזוי־אָ דין איך דעם ג‑ט פון אונדזערע אבות, גלויבנדיק אלץ, וואס שטייט געשריבן אין דער תורה און אין די נביאים;


וואס ער האט אויך געמאכט א פארזוך מחלל צו זיין דאס בית המקדש; און מיר האבן אים ארעסטירט און געוואלט משפטן לויט אונדזער תורה.


האט פוילוס געזאגט: איך שטיי פארן קיסרס טריבונאל שטול, וואו איך דארף געמשפט ווערן; יידן האב איך נישט געטאן קיין שום עוולה, ווי אפילו דו ווייסט עס גאנץ גוט.


און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האט ער צונויפגערופן די, וועלכע זענען געווען די חשובסטע צווישן די יידן; און ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האט ער צו זיי געזאגט: ברידער, הגם איך האב גארנישט געטאן קעגן אונדזער פאלק אדער די מנהגים פון אונדזערע אבות, בין איך דאך איבערגעגעבן געווארן ווי א געפאנגענער פון ירושלים צו די רוימער אין די הענט אריין,


און זיי האבן צו אים געזאגט: נישט מיר האבן דערהאלטן בריוו פונם (לאנד) יהודה וועגן דיר, נישט איז עמיצער פון די ברידער געקומען, וועלכער האט דערציילט אדער געזאגט עפעס שלעכטס אויף דיר.


ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ