באפעלנדיק זיינע באשולדיקער צו קומען צו דיר; פון וועמען, נאך א חקירה ודרישה, דו וועסט זיך קענען דערוויסן, אלע די דאזיקע זאכן, וועגן וועלכע מיר באשולדיקן אים.
וועמען איך האב געענטפערט, אז עס איז נישט דער מנהג ביי רוימער איבערצוגעבן א מענטשן (צום טויט) איידער דער באשולדיקטער האט די באשולדיקער פאר זיך פנים אל פנים, און באקומט א געלעגנהייט זיך צו פארטיידיקן אויף דער באשולדיקונג.
איך האב אבער פארשטאנען, אז ער האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה; נאר ווייל ער אליין האט אפעלירט צום קיסר, האב איך באשלאסן אים צו שיקן.