4 פעסטוס אבער האט געענטפערט, אז פוילוס בלייבט אונטער וואך אין קיסריה, און אליין וועט ער אין גיכן ארויספארן אהין.
און האט באפוילן דעם אפיציר אים צו היטן מיט מילדקייט, און נישט צו שטערן קיינעם פון זיינע פריינד אים צו באדינען.
און ווען צוויי יאר זענען פארפלאסן, האט פעליקס באקומען פארציוס פעסטוסן צום נאכפאלגער; און וועלנדיק ארויסווייזן די יידן א חסד, האט פעליקס איבערגעלאזט פוילוסן אין תפיסה.
און פעסטוס, קומענדיק אין דער פראווינץ אריין, איז אין דריי טעג ארום ארויפגעגאנגען פון קיסריה קיין ירושלים.
און נאכן אפלויף פון אייניקע טעג, איז דער קעניג אגריפא מיט בערעניקא געקומען קיין קיסריה און האבן באגריסט פעסטוסן.
וועמען איך האב געענטפערט, אז עס איז נישט דער מנהג ביי רוימער איבערצוגעבן א מענטשן (צום טויט) איידער דער באשולדיקטער האט די באשולדיקער פאר זיך פנים אל פנים, און באקומט א געלעגנהייט זיך צו פארטיידיקן אויף דער באשולדיקונג.
דעריבער זאלן די באפולמעכטיקטע צווישן אייך, האט ער געזאגט, מיטאראפקומען (מיט מיר), אויב עס איז דא עפעס אן אומרעכט אין דעם מאן, זאלן זיי אים אנקלאגן.
און נאכן פארבלייבן ביי זיי נישט מער ווי אכט אדער צען טעג, איז ער אראפ קיין קיסריה; צומארגנס האט ער זיך אנידערגעזעצט אויף דער ריכטער שטול, און באפוילן, מען זאל ברענגען פוילוסן.
פיליפוס אבער האט זיך געפונען אין אשדוד; און איז ארומגעגאנגען און האט אנגעזאגט די גוטע בשורה אין אלע שטעט, ביז ער איז געקומען קיין קיסריה.