7 נאר ליזיאס דער הויפטמאן איז געקומען און מיט געוואלד אים ארויסגעריסן פון אונדזערע הענט,
און ווי זיי האבן אים געוואלט טייטן, איז געקומען א שמועה צום הויפטמאן פון דער אפטיילונג, אז גאנץ ירושלים איז אין אן אויפברויז.
און ווען ער איז געקומען צו די טרעפ, האבן די זעלנער אים געטראגן צוליב דעם געדרענג פון דעם המון;
און ווען דאס מחלוקה איז געווארן (גאר) גרויס, האט דער הויפטמאן, מורא האבנדיק, אז פוילוס זאל פון זיי נישט צעריסן ווערן, באפוילן דאס מיליטער אראפצוגיין און אים א כאפ צו טאן פון זייער מיט, און אריינצופירן אין דער פעסטונג אריין.
און האט גערופן צוויי פון די אפיצירן, און געזאגט: גרייט צו צוויי הונדערט זעלנער, וואס זאלן גיין קיין קיסריה, און זיבעציק רייטער, און צוויי הונדערט שפיזנטרעגער, אין דער דריטער שעה פון דער נאכט;
וואס ער האט אויך געמאכט א פארזוך מחלל צו זיין דאס בית המקדש; און מיר האבן אים ארעסטירט און געוואלט משפטן לויט אונדזער תורה.
באפעלנדיק זיינע באשולדיקער צו קומען צו דיר; פון וועמען, נאך א חקירה ודרישה, דו וועסט זיך קענען דערוויסן, אלע די דאזיקע זאכן, וועגן וועלכע מיר באשולדיקן אים.