Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 24:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 ווארום מיר האבן געפונען דעם דאזיקן מאן ווי א פעסט, און אן אויפהעצער צו מחלוקת צווישן אלע יידן איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, א מנהיג פון דער כיתה פון די נוצרים;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 24:5
32 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

עס איז גענוג פאר דעם תלמיד, אז ער זאל זיין ווי זיין רבי, און דער קנעכט ווי זיין האר. אויב דעם בעל הבית האט מען גערופן בעל‑זבול, וויפל מער זיינע בני בית!


און איז געקומען און האט געוואוינט אין א שטאט, וואס מען רופט זי נצרת, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך די נביאים, אז ער וועט גערופן ווערן נצר. (ישעיהו יא, א.)


אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? דו ביסט געקומען אונדז צו פארטיליקן! איך ווייס ווער דו ביסט: דער קדוש אלקים.


וועלכער איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד, וואס איז פארגעקומען אין דער שטאט, און צוליב א מערדעריי.


און זיי האבן אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, אזוי צו זאגן: דעם דאזיקן האבן מיר געפונען פארפירן אונדזער פאלק, און ער פארווערט צו צאלן שטייערן צום קיסר; ער זאגט אויך, אז ער איז דער (רבי) מלך המשיח.


און האט באפרייט דעם, וואס איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד און מערדעריי, וועמען זיי האבן באגערט; יהושען/ישוען אבער האט ער איבערגעגעבן צו זייער ווילן.


זיי אבער האבן זיך געהאלטן דערביי, און געזאגט: ער העצט אויף דאס פאלק, לערנט איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, און אנהויבנדיק פון גליל אזש ביז אהער!


נאר עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע מאמינים פון דער כיתה פון די פרושים, וועלכע האבן געזאגט: מען מוז זיי (די אומות (העולם)) מל זיין, און אנזאגן אפצוהיטן תורת משה (די תרי״ג מצוות).


שרייענדיק, אנשי ישראל, העלפט: דער דאזיקער מענטש איז עס, וואס לערנט אלעמען אומעטום קעגן דעם (יידישן) פאלק און דער תורה און דעם דאזיקן מקום (קדוש), נאכמער, ער האט אפילו אריינגעפירט גריכן אין בית המקדש אריין און פארשוועכט דאס דאזיקע מקום קדוש.


און זיי האבן אים אויסגעהערט ביז צו דעם דאזיקן ווארט; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, זאגנדיק: פארטיליק אזא מענטשן פון דער ערד; ווארום ער איז נישט ווערט וואס ער לעבט!


נאר דאס דאזיקע בין איך זיך פאר דיר מתוודה, אז לויט דעם (דרך ה׳) דרך, וועלכן זיי רופן אן כיתה, אזוי־אָ דין איך דעם ג‑ט פון אונדזערע אבות, גלויבנדיק אלץ, וואס שטייט געשריבן אין דער תורה און אין די נביאים;


נאר כדי איך זאל דיך נישט צופיל באלעסטיקן, בעט איך דיך אין דיין באשיידנקייט אונדז אויסצוהערן בקיצור.


און ווען ער איז געקומען, האבן זיך די יידן, וועלכע זענען אראפגעקומען פון ירושלים, געשטעלט ארום אים, ברענגענדיק א סך און שווערע באשולדיקונגען, וואס זיי האבן נישט געקענט באווייזן;


און קענען מיך שוין פון לאנג, זיי זאלן נאר וועלן עדות זאגן, אז לויט דער שטרענגסטער כיתה פון אונדזער אמונה האב איך געלעבט, א פרוש.


מיר ווילן אבער הערן פון דיר, וואס דו דענקסט; ווארום וואס שייך דער דאזיקער כיתה, איז אונדז באקאנט, אז אומעטום רעדט מען קעגן איר.


און דער כהן גדול איז אויפגעשטאנען און אלע, וואס זענען געווען מיט אים (דאס איז די כיתה פון די צדוקים), און זענען פול געווארן מיט קנאה,


און געשטעלט פאלשע עדות, וואס האבן געזאגט: דער דאזיקער מענטש הערט נישט אויף צו רעדן ווערטער קעגן דעם דאזיקן מקום קדוש און דער תורה;


ווארום עס איז נויטווענדיק, אז עס זאלן זיין ביי אייך כתות, כדי די אויסגעפרואווטע זאלן באקאנט ווערן צווישן אייך.


באליידיקט מען אונדז, רעדן מיר זיסע רייד; ווי דאס אויסקערעכץ פון דער וועלט זענען מיר געווארן, אלעמענס אפפאל ביז אצונד.


ווארום דאס דאזיקע איז א חסד, ווען צוליב דעם געוויסן פאר ה׳, מען דערטראגט צער, ליידנדיק אומיושרדיק.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ