4 נאר כדי איך זאל דיך נישט צופיל באלעסטיקן, בעט איך דיך אין דיין באשיידנקייט אונדז אויסצוהערן בקיצור.
(דאס) אנערקענען מיר אלעמאל און אומעטום, אָ נאבעלער פעליקס, מיט פיל דאנקבארקייט.
ווארום מיר האבן געפונען דעם דאזיקן מאן ווי א פעסט, און אן אויפהעצער צו מחלוקת צווישן אלע יידן איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, א מנהיג פון דער כיתה פון די נוצרים;
אז לויט אן אנטפלעקונג איז מיר נתגלה געווארן דער סוד, ווי איך האב אייך שוין פריער געשריבן בקיצור,
זאל אייער באשיידנקייט באקאנט ווערן צו אלע מענטשן. דער האר איז נאענט.
און וואס נאך זאל איך זאגן? ווארום עס וועט מיר פעלן צייט צו דערציילן וועגן גדעון, ברק, שמשון, יפתח, דוד און שמואל און די נביאים;