Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 24:27 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

27 און ווען צוויי יאר זענען פארפלאסן, האט פעליקס באקומען פארציוס פעסטוסן צום נאכפאלגער; און וועלנדיק ארויסווייזן די יידן א חסד, האט פעליקס איבערגעלאזט פוילוסן אין תפיסה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 24:27
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווייל פילאטוס האט געוואלט טאן די געפעליקייט דעם המון, האט ער פאר זיי באפרייט בר‑אבאן, און האט איבערגעגעבן יהושען/ישוען, נאך דעם ווי ער האט אים געלאזט שמייסן, און אים איבערגעגעבן אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן. (ישעיהו נג, ה.)


און זעענדיק, אז עס איז געפעלן די יידן, האט ער געמערט צו ארעסטירן פעטרוסן אויך. און עס זענען (דעמאלט) געווען די טעג פונם חג המצות.


האט ער געזאגט: איך וועל דיך אויסהערן, ווען די אנקלאגער דיינע וועלן אויך (אהער) קומען; און האט באפוילן, מען זאל אים באוואכן אין הורדוסנס פאלאץ.


און פעסטוס, קומענדיק אין דער פראווינץ אריין, איז אין דריי טעג ארום ארויפגעגאנגען פון קיסריה קיין ירושלים.


און היות זיי האבן דארט פארברענגט א סך טעג, האט פעסטוס געלייגט פארן קעניג פוילוסנס זאך, זאגנדיק: פעליקס האט איבערגעלאזט א געוויסן מאן אין קייטן,


פעסטוס אבער האט געענטפערט, אז פוילוס בלייבט אונטער וואך אין קיסריה, און אליין וועט ער אין גיכן ארויספארן אהין.


פעסטוס אבער, וועלנדיק געפינען חן ביי די יידן, האט ענטפערנדיק פוילוסן געזאגט: צי ווילסטו ארויפגיין קיין ירושלים, און דארטן פון מיר געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן?


און אגריפא האט געזאגט צו פעסטוסן: דער דאזיקער מענטש וואלט געקענט באפרייט ווערן, אויב ער וואלט נישט אפעלירט צום קיסר.


און ער איז פארבלייבן גאנצע צוויי יאר אין זיין אייגענער געדונגענער דירה, און אויפגענומען אלע, וואס זענען אריינגעקומען צו אים,


ווארום זוך איך דען איצט צו געווינען מענטשן, אדער ה׳? אדער זוך איך צו געפינען חן ביי מענטשן? אויב איך וואלט נאך געזוכט צו געפינען חן ביי מענטשן, וואלט איך נישט געווען משיחס קיין קנעכט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ