Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 24:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און פינף טעג שפעטער איז דער כהן גדול חנניה אראפגעקומען מיט אייניקע זקנים, און א רעדנער, א געוויסער טערטולוס; און זענען דערשינען פארן גובערנאטאר קעגן פוילוסן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 24:1
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אין א פעסטגעזעצטן טאג האט הורדוס, געקליידט אין קעניגלעכע מלבושים, זיך אנידערגעזעצט אויפן טראן און געהאלטן א רעדע פאר זיי.


און ווי די זיבן טעג האבן זיך שוין באלד געהאט געענדיקט, האבן יידן פון (קליין) אזיען אים דערזען אין בית המקדש, און האבן אויפגעהעצט דעם גאנצן המון, און ארויפגעלייגט זייערע הענט אויף אים,


אבער דער כהן גדול חנניה האט באפוילן די, וואס זענען דארט ביי אים געשטאנען, אים צו שלאגן אויפן מויל.


און (ער האט באפוילן) זיי זאלן צוגרייטן בהמות, כדי ארויפצוזעצן פוילוסן און אים אוועקפירן אין זיכערהייט צו פעליקסן דעם גובערנאטאר.


ווי אבער עס איז מיר געוויזן געווארן, אז עס וועט זיין א פארשווערונג אויף דעם מאן, האב איך אים תיכף געשיקט צו דיר, באפעלנדיק אויך די באשולדיקער צו רעדן פאר דיר קעגן אים.


און זיי זענען אריינגעגאנגען קיין קיסריה און האבן איבערגעגעבן דעם בריוו צום גובערנאטאר, און אויך אוועקגעשטעלט פוילוסן פאר אים.


האט ער געזאגט: איך וועל דיך אויסהערן, ווען די אנקלאגער דיינע וועלן אויך (אהער) קומען; און האט באפוילן, מען זאל אים באוואכן אין הורדוסנס פאלאץ.


ווייל דו קענסט זיך דערוויסן, אז עס איז נישט מער ווי צוועלף טעג, זינט איך בין ארויפגעגאנגען קיין ירושלים, זיך צו בוקן צו ה׳;


און ווען ער איז גערופן געווארן, האט טערטולוס אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, זאגנדיק: אז מיר געניסן פיל פרידן דורך דיר, און אז א סך פארבעסערונגען זענען געטאן געווארן צו דעם דאזיקן פאלק דורך דיין השגחה,


וועגן וועמען, ווען איך בין געקומען קיין ירושלים, די יידישע הויפט כהנים און זקנים זענען דערשינען פאר מיר, פארלאנגענדיק אן אורטייל קעגן אים;


און די הויפט כהנים און די פארנעמסטע יידן זענען דערשינען פאר אים קעגן פוילוסן, און האבן אים געבעטן,


און איך, ברידער, קומענדיק צו אייך, בין נישט געקומען מיט הויכער מליצה אדער חכמה, אייך אנצוזאגן דאס עדות פון ה׳.


און דאס ווארט מיינס און מיין דרשענען זענען נישט געווען מיט איבעררעדנדיקע ווערטער פון חכמה, נאר מיט דערווייזונג פון גייסט און גבורה,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ