4 אבער די, וואס זענען דארט געשטאנען האבן געזאגט: דעם כהן גדול פון ה׳ זידלסטו?
וואויל איז אייך, ווען מען טוט אייך אָן בזיונות, און מען פארפאלגט אייך, און מען רעדט אויס פאלש אלדאס בייז אויף אייך, צוליב מיר.
האט פוילוס דעמאלט צו אים געזאגט: ה׳ וועט דיך שלאגן, דו ווייס געקאלכטע וואנט; און דו זיצט מיך צו משפטן לויט דער תורה, און באפעלסט מען זאל מיך שלאגן להיפך דער תורה?
האט פוילוס געזאגט: ברידער, איך האב נישט געוואוסט, אז עס איז דער כהן גדול; ווארום עס שטייט געשריבן: א נשיא ביי דיין פאלק זאלסטו נישט פלוכן. (שמות כב, כז.)