32 און צומארגנס, לאזנדיק די רייטער גיין מיט אים, האבן זיי זיך אומגעקערט אין דער פעסטונג אריין;
און ווען דאס מחלוקה איז געווארן (גאר) גרויס, האט דער הויפטמאן, מורא האבנדיק, אז פוילוס זאל פון זיי נישט צעריסן ווערן, באפוילן דאס מיליטער אראפצוגיין און אים א כאפ צו טאן פון זייער מיט, און אריינצופירן אין דער פעסטונג אריין.
נאר פוילוסנס שוועסטערן‑זון האט געהערט פון דער לויערונג, און איז געקומען, און אריינגעגאנגען אין דער פעסטונג אריין, און האט עס דערציילט פוילוסן.
און האט גערופן צוויי פון די אפיצירן, און געזאגט: גרייט צו צוויי הונדערט זעלנער, וואס זאלן גיין קיין קיסריה, און זיבעציק רייטער, און צוויי הונדערט שפיזנטרעגער, אין דער דריטער שעה פון דער נאכט;
די זעלנער האבן דעריבער גענומען פוילוסן, לויט ווי עס איז זיי באפוילן געווארן, און אים אוועקגעפירט ביינאכט קיין אנטיפאטריס.