20 האט ער געזאגט: די יידן האבן איינגעשטימט דיך צו בעטן, אז דו זאלסט צומארגנס אראפפירן פוילוסן צום סנהדרין, פונקט ווי זיי וואלטן געוואלט עפעס גענויער אויספארשן וועגן אים.
צומארגנס אבער, וועלנדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, וועגן וואס ער איז באשולדיקט געווארן פון די יידן, האט ער אים באפרייט פון די קייטן, און באפוילן, אז די הויפט כהנים זאלן זיך צוזאמענקומען און דאס גאנצע סנהדרין: און האט אראפגעפירט פוילוסן, און אים אוועקגעשטעלט פאר זיי.
און פוילוס האט זיך איינגעקוקט אויפן סנהדרין, און געזאגט: ברידער, איך האב געלעבט פאר ה׳ מיט א גאנץ און גוט געוויסן ביז צום היינטיקן טאג.
און דער הויפטמאן האט אים גענומען ביי דער האנט, האט אים אוועקגעפירט אויף א זייט, און (אים) געפרעגט: וואס איז עס, וואס דו האסט מיר צו דערציילן?
ווי אבער עס איז מיר געוויזן געווארן, אז עס וועט זיין א פארשווערונג אויף דעם מאן, האב איך אים תיכף געשיקט צו דיר, באפעלנדיק אויך די באשולדיקער צו רעדן פאר דיר קעגן אים.
און וויסנדיק, אז איין טייל איז צדוקים און די אנדערע טייל פרושים, האט פוילוס א געשריי געטאן אין דעם סנהדרין: ברידער, איך בין א פרוש בן פרושים; וועגן דער האפענונג פון תחית המתים ווער איך געמשפט!