16 נאר פוילוסנס שוועסטערן‑זון האט געהערט פון דער לויערונג, און איז געקומען, און אריינגעגאנגען אין דער פעסטונג אריין, און האט עס דערציילט פוילוסן.
און יעדער איינער אינם המון האט עפעס אנדערש געשריגן; און נישט קענענדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, צוליב דעם געטומל, האט ער באפוילן, מען זאל אים אוועקפירן אין דער פעסטונג אריין.
און בשעת פוילוס האט געזאלט אריינגעפירט ווערן אין דער פעסטונג אריין, האט ער געזאגט צום הויפטמאן: צי איז עס מיר דערלויבט עפעס צו זאגן צו דיר? און ער האט געזאגט: דו קענסט גריכיש?
און ווען דאס מחלוקה איז געווארן (גאר) גרויס, האט דער הויפטמאן, מורא האבנדיק, אז פוילוס זאל פון זיי נישט צעריסן ווערן, באפוילן דאס מיליטער אראפצוגיין און אים א כאפ צו טאן פון זייער מיט, און אריינצופירן אין דער פעסטונג אריין.
און פוילוס האט גערופן איינעם פון די אפיצירן, און געזאגט: פיר דעם דאזיקן יונגנמאן צום הויפטמאן, ווארום ער האט אים עפעס צו דערציילן.
און צומארגנס, לאזנדיק די רייטער גיין מיט אים, האבן זיי זיך אומגעקערט אין דער פעסטונג אריין;
און האט באפוילן דעם אפיציר אים צו היטן מיט מילדקייט, און נישט צו שטערן קיינעם פון זיינע פריינד אים צו באדינען.
ווארום די חכמה פון דער דאזיקער וועלט איז טפשות ביי ה׳; ווייל עס שטייט געשריבן: ער פאנגט די חכמים אין זייער כיטרעקייט; (איוב ה, יג.)