13 און עס זענען געווען מער ווי פערציק, וועלכע האבן געמאכט די דאזיקע שבועה.
מען וועט אייך לייגן אין חרם אריין; יא, עס קומט אָן א שעה, אז יעדער איינער, וואס וועט אייך הרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה׳ מיט דעם.
און ווען עס איז געווארן טאג האבן די יידן געמאכט א פארשווערונג, און זיך געבונדן מיט א פייערלעכער שבועה, און געזאגט, אז זיי וועלן נישט עסן און נישט טרינקען ביז זיי וועלן נישט הרגענען פוילוסן.
און זיי זענען געקומען צו די הויפט כהנים און צו די זקנים, און האבן געזאגט: מיט א פייערלעכער שבועה האבן מיר זיך געבונדן גארנישט טועם צו זיין, ביז מיר וועלן נישט טייטן פוילוסן.