ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן.
און וויסנדיק, אז איין טייל איז צדוקים און די אנדערע טייל פרושים, האט פוילוס א געשריי געטאן אין דעם סנהדרין: ברידער, איך בין א פרוש בן פרושים; וועגן דער האפענונג פון תחית המתים ווער איך געמשפט!
ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך.