Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 22:30 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

30 צומארגנס אבער, וועלנדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, וועגן וואס ער איז באשולדיקט געווארן פון די יידן, האט ער אים באפרייט פון די קייטן, און באפוילן, אז די הויפט כהנים זאלן זיך צוזאמענקומען און דאס גאנצע סנהדרין: און האט אראפגעפירט פוילוסן, און אים אוועקגעשטעלט פאר זיי.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 22:30
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

היט זיך אבער פאר די מענטשן! מחמת זיי וועלן אייך איבערגעבן צום סנהדרין, און אין זייערע שולן וועלן זיי אייך שמייסן מיט ריטער;


און האבן אים געבונדן, און אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן, דעם גובערנאטאר.


איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום.


און קומענדיק צו אונדז, האט ער גענומען פוילוסנס גארטל, האט זיך געבונדן די פיס און די הענט, און געזאגט: דאס זאגט דער רוח הקודש: דעם מאן, וועמעס גארטל דער איז, וועלן די יידן אין ירושלים אזוי בינדן, און (אים) איבערגעבן אין גויישע הענט אריין.


דאן איז דער הויפטמאן צוגעגאנגען, האט אים ארעסטירט, און באפוילן מען זאל אים בינדן מיט צוויי קייטן, און האט געפרעגט, ווער ער איז, און וואס ער האט געטאן.


ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן.


און פוילוס האט זיך איינגעקוקט אויפן סנהדרין, און געזאגט: ברידער, איך האב געלעבט פאר ה׳ מיט א גאנץ און גוט געוויסן ביז צום היינטיקן טאג.


דעריבער לאזט איצט מיט דעם סנהדרין וויסן דעם הויפטמאן, אז ער זאל אים אראפברענגען צו אייך, פונקט ווי איר וואלט געוואלט גענויער אויספארשן וועגן אים; און איידער ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך, זענען מיר גרייט אים אומצוברענגען.


האט ער געזאגט: די יידן האבן איינגעשטימט דיך צו בעטן, אז דו זאלסט צומארגנס אראפפירן פוילוסן צום סנהדרין, פונקט ווי זיי וואלטן געוואלט עפעס גענויער אויספארשן וועגן אים.


און וועלנדיק וויסן די סיבה, פארוואס זיי האבן אים אנגעקלאגט, האב איך אים אראפגעפירט צו זייער סנהדרין;


און וויסנדיק, אז איין טייל איז צדוקים און די אנדערע טייל פרושים, האט פוילוס א געשריי געטאן אין דעם סנהדרין: ברידער, איך בין א פרוש בן פרושים; וועגן דער האפענונג פון תחית המתים ווער איך געמשפט!


און פוילוס (האט געזאגט): הלוואי, זאל ה׳ געבן, צי מיט ווייניק צי מיט א סך, אז נישט נאר דו אליין, נאר אויך אלע, וועלכע הערן מיך היינט, זאלן ווערן אזעלכע, ווי איך בין, (נאר) אָן די דאזיקע קייטן.


און ווען זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי אינדערפרי אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האבן געלערנט. אבער דער כהן גדול איז געקומען און די, וואס זענען געווען מיט אים, און האבן צונויפגערופן דאס סנהדרין און אלע זקנים פון די בני ישראל, און געשיקט צו דער תפיסה, מען זאל זיי ברענגען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ