26 און ווי דער אפיציר האט דאס געהערט, איז ער צוגעגאנגען צום הויפטמאן און אים דערציילט, אזוי צו זאגן: וואס גייסטו טאן? דער דאזיקער מענטש איז דאך א רוימער!
און די אפטיילונג (סאלדאטן) מיט דעם אפיציר און די משרתים פון די יידן האבן געכאפט יהושען/ישוען און אים געבונדן (עקידה),
ווי אבער מען האט אים אויסגעצויגן צום שמייסן, האט פוילוס געזאגט צום אפיציר, וואס איז געשטאנען דערנעבן: צי איז אייך דען דערלויבט צו שמייסן א מענטשן, וואס איז א רוימישער בירגער און וועלכער איז נישט פארמשפט?
און דער הויפטמאן איז צוגעקומען און געזאגט צו אים: זאג מיר, דו ביסט (טאקע) א רוימער? האט ער געזאגט: יא.
און די, וואס האבן אים געזאלט אויספארשן, זענען דעריבער גלייך אוועקגעגאנגען פון אים; און דער הויפטמאן האט זיך געפארכטן, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער, און אז ער האט אים געלאזט בינדן.
דער דאזיקער מאן איז געפאנגען געווארן פון די יידן, און זיי האבן אים געוואלט טייטן; (נאר) איך בין געקומען מיטן מיליטער און האב אים אפגעראטעוועט, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער.