23 און בשעת זיי האבן (אזוי) געשריגן און אראפגעווארפן די מלבושים (פון זיך) און געווארפן שטויב אינדערלופטן,
און ווי ער איז ארומגעגאנגען ביים ים פון גליל, האט ער געזען צוויי ברידער, שמעון, וואס מען רופט אים פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, ווארפן א נעץ אין ים אריין; מחמת זיי זענען געווען פישערלייט.
און אין אלע שולן האב איך זיי אפט באשטראפט, און זיי געצוואונגען צו לעסטערן; און זייענדיק אויסערסט צארנדיק אויף זיי, האב איך זיי גערודפט אפילו ביז אין שטעט חוץ לארץ.
איר, וועלכע האבן מקבל געווען די תורה דורך דער פארמיטלונג פון מלאכים, און האבן זי (דאך) נישט געהאלטן!
און אים ארויסגעשטויסן אויסער דער שטאט און געשטייניקט; און די עדות האבן אוועקגעלייגט זייערע מלבושים ביי די פיס פון א יונגנמאן, וואס האט געהייסן שאול.