נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.
און אין דער פאלגענדיקער נאכט איז דער האר געשטאנען ביי אים, און געזאגט: זיי שטארק; ווארום ווי דו האסט עדות געזאגט וועגן מיר אין ירושלים, אזוי דארפסטו אויך עדות זאגן אין רוים.
נאר ערשטנס צו די אין דמשק און אין ירושלים, און איבערן גאנצן לאנד יהודה, און צו די אומות העולם האב איך געדרשנט, אז זיי זאלן תשובה טאן און זיך אומקערן צו ה׳, און טאן מעשים (טובים), וואס זענען ראוי פון תשובה.