6 דערנאך האבן מיר זיך געזעגנט איינס מיטן אנדערן, און זענען איינגעשטיגן אויף דער שיף, זיי אבער האבן זיך אומגעקערט אהיים.
און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק צו זיין פאטער. בשעת אבער ער איז נאך געווען ווייט, האט דער פאטער זיינער אים געזען און האט זיך דערבארעמט, און איז געלאפן, און אים געפאלן אויף זיין האלדז, און האט אים געקושט.
צו זיין אייגנטום איז ער געקומען, און די זייניקע האבן אים נישט אויפגענומען.
זע, עס קומט א שעה, און איז שוין אנגעקומען, אז איר זאלט צעשפרייט ווערן, יעדער איינער צו די זייניקע, און מיך וועט איר איבערלאזן איינעם אליין; און איך בין (דאך) נישט איינער אליין, ווייל דער פאטער איז מיט מיר.
דערנאך זאגט ער צו דעם תלמיד: זע, דיין מוטער! און פון יענער שעה האט יענער תלמיד זי גענומען צו זיך.
(און יעדער איינער איז זיך אהיים געגאנגען.)
האב איך נישט געהאט קיין מנוחה אין מיין גייסט, ווייל איך האב נישט געפונען מיין ברודער טיטוס; נאר האב מיך געזעגנט מיט זיי און בין אוועק קיין מאצעדאניען.