32 האט ער גיך גענומען זעלנער און אפיצירן, און איז אראפגעלאפן צו זיי; און דערזעענדיק דעם הויפטמאן און די זעלנער, האבן זיי אויפגעהערט צו שלאגן פוילוסן.
און די אפטיילונג (סאלדאטן) מיט דעם אפיציר און די משרתים פון די יידן האבן געכאפט יהושען/ישוען און אים געבונדן (עקידה),
און אלע האבן געכאפט סאסטענעסן, דעם גבאי פון שול, און אים געשלאגן פאר דער כסא המשפט; און גאליאן האט זיך נישט אנגענומען (פון דער אנטיסעמיטיזם).
און איך האב געזאגט: האר, זיי אליין ווייסן (דאך), אז איך פלעג איינזעצן אין תפיסה און שלאגן אין אלע שולן די, וועלכע גלויבן אין דיר;
דער דאזיקער מאן איז געפאנגען געווארן פון די יידן, און זיי האבן אים געוואלט טייטן; (נאר) איך בין געקומען מיטן מיליטער און האב אים אפגעראטעוועט, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער.
וואס ער האט אויך געמאכט א פארזוך מחלל צו זיין דאס בית המקדש; און מיר האבן אים ארעסטירט און געוואלט משפטן לויט אונדזער תורה.
און רופנדיק די שליחים און שלאגנדיק זיי מלקות, האבן זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט רעדן אין ישועס נאמען, און האבן זיי אפגעלאזט.