Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 21:31 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

31 און ווי זיי האבן אים געוואלט טייטן, איז געקומען א שמועה צום הויפטמאן פון דער אפטיילונג, אז גאנץ ירושלים איז אין אן אויפברויז.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 21:31
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

נאר, האבן זיי געזאגט: נישט יום טוב, כדי עס זאל נישט ווערן קיין מהומה צווישן דעם פאלק.


דערנאך האבן דעם גובערנאטארס זעלנער גענומען יהושען/ישוען אין פרעטאריום אריין, און האבן פארזאמלט ארום אים די גאנצע אפטיילונג.


און אים צו טייטן. ווארום זיי האבן געזאגט: נישט יום טוב, טאמער וועט ווערן א מהומה צווישן פאלק!


מען וועט אייך לייגן אין חרם אריין; יא, עס קומט אָן א שעה, אז יעדער איינער, וואס וועט אייך הרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה׳ מיט דעם.


און די אפטיילונג (סאלדאטן) מיט דעם אפיציר און די משרתים פון די יידן האבן געכאפט יהושען/ישוען און אים געבונדן (עקידה),


און עס איז געווען א מאן אין קיסריה מיטן נאמען קארנעליוס, אן אפיציר פון דער אפטיילונג, וואס האט געהייסן די איטאליענישע,


די יידן אבער זענען געווארן אייפערזיכטיק און האבן גענומען אייניקע פארשוינען פון דעם גאסנגעזינדל, און איינגעזאמלט א המון, און געמאכט א מהומה אין דער שטאט; און שטעלנדיק זיך ארום יאזאנס הויז, האבן זיי געזוכט זיי ארויסצוברענגען פארן פאלק.


ווארום מיר זענען אויך אין א סכנה, אנגעקלאגט צו ווערן וועגן א מרידה צוליב דער היינטיקער מעשה, ווייל עס איז נישטא קיין סיבה, מיט וועלכער מיר זאלן קענען פארענטפערן דאס דאזיקע מהומה.


צי ביסטו דען נישט דער מצרי, וועלכער האט מיט א געוויסער צייט צוריק געמאכט א מרידה, און ארויסגעפירט אין דער מדבר אריין די פיר טויזנט מענער פון די סיקרים?


און זיי האבן אים אויסגעהערט ביז צו דעם דאזיקן ווארט; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, זאגנדיק: פארטיליק אזא מענטשן פון דער ערד; ווארום ער איז נישט ווערט וואס ער לעבט!


און פוילוס האט גערופן איינעם פון די אפיצירן, און געזאגט: פיר דעם דאזיקן יונגנמאן צום הויפטמאן, ווארום ער האט אים עפעס צו דערציילן.


פעליקס אבער, קענענדיק דעם (דרך ה׳) דרך גענויער, האט זיי אפגעלייגט, און געזאגט: ווען ליזיאס דער הויפטמאן וועט אראפקומען, וועל איך אנטשיידן אייער זאך.


וואס ער האט אויך געמאכט א פארזוך מחלל צו זיין דאס בית המקדש; און מיר האבן אים ארעסטירט און געוואלט משפטן לויט אונדזער תורה.


נאר ליזיאס דער הויפטמאן איז געקומען און מיט געוואלד אים ארויסגעריסן פון אונדזערע הענט,


צומארגנס דעריבער, ווען אגריפא איז געקומען מיט בערעניקא מיט גרויס פאראד, און זענען אריינגעגאנגען אינם געריכטזאל מיט די הויפטלייט און אנגעזעענסטע מענער פון דער שטאט, האט פעסטוס געגעבן א באפעל, מען זאל ברענגען פוילוסן.


צוליב דעם דאזיקן האבן מיך יידן געכאפט אינם בית המקדש, און האבן פארזוכט מיך צו טייטן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ