23 טו דעריבער דאס, וואס מיר וועלן דיר זאגן: ביי אונדז געפינען זיך פיר מענער, וועלכע האבן א נדר אויף זיך;
און פארבלייבנדיק נאך דארטן א סך טעג, האט פוילוס זיך געזעגנט מיט די ברידער, און איז אוועקגעפארן מיט דער שיף קיין סיריען, און מיט אים פריסקילא און אקווילא; נאכן אפגאלן זיך (אלס פרומער ייד) דעם קאפ אין קענקרעא, ווארום ער האט געהאט געטאן א נדר.
וואס זשע וועט זיין? אין יעדן פאל וועלן זיי (דאך) הערן, אז דו ביסט געקומען.
און צו יידן בין איך געווארן ווי א ייד, כדי איך זאל געווינען יידן; צו די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, ווי אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, נישט זייענדיק אליין אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה;