Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 21:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 און מען האט זיי (פאלשע קלאנג) דערציילט וועגן דיר, אז דו לערנסט אלע יידן, וועלכע געפינען זיך צווישן די אומות העולם, זיך אפפאלן פון (תורת) משה, זאגנדיק, אז זיי זאלן נישט מל זיין די קינדער, און זיך נישט נוהג זיין לויט די (יידישע) מנהגים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 21:21
12 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אים האט פוילוס געוואלט האבן מיט זיך ארויסצוגיין, אויף דער נסיעה, און האט גענומען און אים מל געווען צוליב די יידן, וואס האבן זיך געפונען אין יענע מקומות; ווארום אלע האבן געוואוסט, אז זיין פאטער איז געווען א גריך.


וואס זשע וועט זיין? אין יעדן פאל וועלן זיי (דאך) הערן, אז דו ביסט געקומען.


שרייענדיק, אנשי ישראל, העלפט: דער דאזיקער מענטש איז עס, וואס לערנט אלעמען אומעטום קעגן דעם (יידישן) פאלק און דער תורה און דעם דאזיקן מקום (קדוש), נאכמער, ער האט אפילו אריינגעפירט גריכן אין בית המקדש אריין און פארשוועכט דאס דאזיקע מקום קדוש.


און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האט ער צונויפגערופן די, וועלכע זענען געווען די חשובסטע צווישן די יידן; און ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האט ער צו זיי געזאגט: ברידער, הגם איך האב גארנישט געטאן קעגן אונדזער פאלק אדער די מנהגים פון אונדזערע אבות, בין איך דאך איבערגעגעבן געווארן ווי א געפאנגענער פון ירושלים צו די רוימער אין די הענט אריין,


זיי פארווערן אונדז צו רעדן צו די אומות (העולם), אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן, כדי תמיד אנצופילן זייערע זינד; דער צארן אבער איז געקומען אויף זיי ביז צום סוף.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ