און איינער פון זיי מיטן נאמען אגאבוס איז אויפגעשטאנען און האט געוויזן דורך דעם רוח הקודש, אז עס וועט זיין א גרויסער הונגער אין דער גאנצער וועלט; וואס איז געקומען אין די טעג פון קלוידיוס.
און נאך דעם ווי מיר האבן אויפגעזוכט די תלמידים, זענען מיר דארט פארבלייבן זיבן טעג; און זיי האבן גערעדט צו פוילוסן דורך דעם רוח (הקודש), נישט ארויפצוגיין קיין ירושלים.
און מיר האבן פארענדיקט די ים רייזע פון צור, און זענען אנגעקומען קיין פטאלעמייס; און אפגעגעבנדיק שלום צו די ברידער, זענען מיר פארבלייבן ביי זיי איין טאג.