Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 20:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען מיר זענען זיך צונויפגעקומען צו ברעכן ברויט, האט פוילוס געדרשנט צו זיי, האבנדיק בדעה צומארגנס אפצופארן; און האט מאריך געווען די דרשה ביז האלבער נאכט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 20:7
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, האט ער זיך צום ערשט באוויזן צו מרים פון מגדלה, פון וועמען ער האט ארויסגעטריבן זיבן בייזע גייסטער.


און ער האט גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, און האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי, אזוי צו זאגן: דאס דאזיקע איז מיין גוף, וואס ווערט געגעבן פאר אייך; דאס דאזיקע זאלט איר טאן לזכרון פון מיר!


און זיי אליין האבן דערציילט, וואס עס איז געשען אויפן וועג, און וויאזוי ער איז פון זיי דערקענט געווארן ביים ברעכן דאס ברויט.


און דעם ערשטן טאג פון דער וואך אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען פינסטער, קומט מרים פון מגדלה צום קבר, און זעט דעם שטיין אוועקגענומען פון קבר.


און אין יענעם טאג אין אוונט, דעם ערשטן פון דער וואך, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, וואו די תלמידים האבן זיך געפונען, אויס מורא פאר די יידן, איז יהושע/ישוע געקומען און האט זיך געשטעלט אין דער מיט, און זאגט צו זיי: שלום עליכם!


און אין אכט טעג ארום זענען זיינע תלמידים ווידער געווען אינעווייניק (אינם הויז), און תומא איז געווען מיט זיי. קומט יהושע/ישוע, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, און האט זיך געשטעלט אין דער מיט און געזאגט: שלום עליכם!


און נאך דעם ווי ער האט געזען דעם חזיון, האבן מיר גלייך געזוכט ארויסצוגיין קיין מאצעדאניען, ארויסדרינגענדיק, אז ה׳ האט אונדז גערופן אנצוזאגן צו זיי די גוטע בשורה.


און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות.


און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן,


און איז ארויפגעגאנגען, האט געבראכן דאס ברויט, און (אליין) טועם געווען, און נאך לאנג מיט זיי גערעדט, ביז עס איז געווארן שחרית‎, און אזוי איז ער אוועקגעגאנגען.


צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן.


די דאזיקע אבער זענען געגאנגען פארויס, און האבן געווארט אויף אונדז אין טראאס.


און אויפן פענצטער איז געזעסן א געוויסער בחור, מיטן נאמען עווטיכוס, (וועלכער) איז אריינגעפאלן אין א טיפן שלאף; און בשעת פוילוס האט נאך אלץ פארצויגן מיט זיין דרשענען, האט דער שלאף אים בייגעקומען, און ער איז אראפגעפאלן פונם דריטן שטאק, און מען האט אים אויפגעהויבן א טויטן.


און נאך דעם ווי זיי האבן אים באשטימט א טאג, זענען זיי געקומען צו אים אין גאסטהויז אריין אין גרעסערער צאל; וועמען ער האט דערקלערט, עדות זאגנדיק וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און אויפווייזנדיק וועגן יהושען/ישוען פון תורת משה און פון די נביאים, פון אינדערסרי ביז אין אוונט.


דער כוס פון ברכה, אויף וועלכן מיר מאכן א ברכה, צי איז ער דען נישט חברותאשאפט מיט דעם בלוט פון דעם משיח? דאס ברויט, וואס מיר ברעכן, צי איז עס דען נישט חברותאשאפט מיט דעם גוף פון דעם משיח?


נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר.


יעדן ערשטן טאג פון דער וואך, זאל יעדער איינער פון אייך אוועקלייגן (עפעס) פאר זיך און אפשפארן, אויף וויפל ער האט מצליח געווען, כדי ווען איך וועל קומען, זאלן דעמאלט נישט געמאכט ווערן קיין זאמלונגען.


רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג.


איך בין געווען אינם גייסט אין דעם טאג פון דעם האר, און האב געהערט הינטער מיר א הויך קול, ווי פון א שופר,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ