34 איר אליין ווייסט, אז די דאזיקע הענט מיינע האבן מיר געדינט פאר מיינע הצטרכותן און פאר די הצטרכותן פון מיינע באגלייטער.
און ווייל ער איז געווען פונם זעלביקן פאך, איז ער ביי זיי פארבלייבן, און זיי האבן געארבעט, ווארום זיי זענען געווען געצעלטנמאכער פון דער מלאכה.
און אוועקשיקנדיק קיין מאצעדאניען צוויי פון די, וואס האבן אים באדינט, טימאטעוסן און עראסטוסן, איז ער אליין נאך פארבלייבן א געוויסע צייט אין (קליין) אזיען.
און די שטאט איז פול געווארן פון דער מהומה; און אלע צוזאמען האבן געשטורמט צום טעאטער, מיטשלעפנדיק גאיוסן און אריסטארכוסן, מאצעדאניער, פוילוסנס באגלייטער אויף דער נסיעה.
אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.
און הארעווען, ארבעטנדיק מיט (אונדזערע) אייגענע הענט; שעלט מען אונדז, בענטשן מיר, ווערן מיר גערודפט, האלטן מיר אויס;
ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.
גיב אפ שלום צו די, וועלכע האבן אונדז ליב אין דער אמונה. זאל דער חסד זיין מיט אייך אלעמען.