Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 20:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 און איז (דארט) פארבלייבן במשך פון דריי חדשים; און היות א פארשווערונג איז געמאכט געווארן פון די יידן קעגן אים, ווען ער האט בדעה געהאט זיך אוועקצושיפן קיין סיריען, האט ער באשלאסן זיך אומצוקערן איבער מאצעדאניען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 20:3
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;


און פונדאנען קיין פיליפי, וואס איז די ערשטע שטאט פון דעם טייל מאצעדאניען, א (רוימישע) קאלאניע, און אין דער דאזיקער שטאט האבן מיר פארברענגט אייניקע טעג.


און א חזיון האט זיך באוויזן צו פוילוסן ביינאכט: א מאצעדאניער איז געשטאנען און האט אים געבעטן און געזאגט: קום אריבער קיין מאצעדאניען און העלף אונדז.


און פארבלייבנדיק נאך דארטן א סך טעג, האט פוילוס זיך געזעגנט מיט די ברידער, און איז אוועקגעפארן מיט דער שיף קיין סיריען, און מיט אים פריסקילא און אקווילא; נאכן אפגאלן זיך (אלס פרומער ייד) דעם קאפ אין קענקרעא, ווארום ער האט געהאט געטאן א נדר.


און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים.


און נאך דעם ווי די מהומה האט זיך איינגעשטילט, האט פוילוס געשיקט נאך די תלמידים און גערעדט טרייסטווערטער צו זיי, האט זיך געזעגנט און איז ארויסגעגאנגען צו גיין קיין מאצעדאניען.


דינענדיק דעם האר מיט יעדער עניוות און מיט טרערן און נסיונות, וועלכע זענען געקומען אויף מיר דורך די פארשווערונגען פון יידן;


און דורכגייענדיק יענע פראווינצן, און טרייסטנדיק זיי (ד. ה. די דארטיקע מאמינים) מיט א סך ווערטער, איז ער געקומען קיין גריכנלאנד.


און דערזעענדיק די (אינדזל) קפריסין, און איבערלאזנדיק זי אויף לינקס, האבן מיר זיך אוועקגעשיפט קיין סיריען, און זענען אנגעקומען קיין צור; ווארום דארטן האט די שיף געזאלט אויסלאדן איר פראכט.


פארלאנגענדיק א געפעליקייט קעגן אים (ד.ה. פוילוסן), אז ער זאל אים לאזן ברענגען קיין ירושלים; ווייל זיי האבן געמאכט א פארשווערונג אים צו הרגענען אונטערוועגנס.


און אין דעם דאזיקן בטחון האב איך צום ערשט געוואלט קומען צו אייך, כדי איר זאלט האבן א צווייפאכן חסד,


א סך מאל אונטערוועגנס, אין סכנות פון טייכן, אין סכנות פון גזלנים, אין סכנות פון (מיין אייגן) פאלק, אין סכנות פון אומות (העולם), אין סכנות אין שטאט, אין סכנות אין דער מדבר, אין סכנות אויפן ים, אין סכנות צווישן פאלשע ברידער;


ווארום אפילו ווען מיר זענען געקומען קיין מאצעדאניען, האבן מיר נישט געהאט קיין מנוחה פאר אונדזער לייב, נאר זענען געקוועלט געווארן פון אלע זייטן; פונדרויסן געראנגלטן, אינעווייניק מורא.


נאך דעם בין איך אוועק אין די געגנטן פון סיריען און קיליקיען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ