2 און דורכגייענדיק יענע פראווינצן, און טרייסטנדיק זיי (ד. ה. די דארטיקע מאמינים) מיט א סך ווערטער, איז ער געקומען קיין גריכנלאנד.
און נאך מיט א סך אנדערע אזהרות האט ער אנגעזאגט די גוטע בשורה צום פאלק.
שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.
און איז דורכגעגאנגען סיריען און קיליקיען און האט געשטארקט די קהלות.
און פונדאנען קיין פיליפי, וואס איז די ערשטע שטאט פון דעם טייל מאצעדאניען, א (רוימישע) קאלאניע, און אין דער דאזיקער שטאט האבן מיר פארברענגט אייניקע טעג.
און רייזנדיק דורך אמפיפאליס און אפאלאניע, זענען זיי געקומען קיין טעסאלאניקא, וואו עס איז געווען א יידישע שול.
און די ברידער האבן גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן און סילאן ביינאכט קיין בערעא; און ווען זיי זענען אהינגעקומען, זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול אריין.
און מיט נאך א סך אנדערע רייד האט ער עדות געזאגט און זיי מזהיר געווען, זאגנדיק: ראטעוועט זיך פון דעם דאזיקן פארקרימטן דור.
און נאך דעם ווי די מהומה האט זיך איינגעשטילט, האט פוילוס געשיקט נאך די תלמידים און גערעדט טרייסטווערטער צו זיי, האט זיך געזעגנט און איז ארויסגעגאנגען צו גיין קיין מאצעדאניען.
און איז ארויפגעגאנגען, האט געבראכן דאס ברויט, און (אליין) טועם געווען, און נאך לאנג מיט זיי גערעדט, ביז עס איז געווארן שחרית, און אזוי איז ער אוועקגעגאנגען.
און איז (דארט) פארבלייבן במשך פון דריי חדשים; און היות א פארשווערונג איז געמאכט געווארן פון די יידן קעגן אים, ווען ער האט בדעה געהאט זיך אוועקצושיפן קיין סיריען, האט ער באשלאסן זיך אומצוקערן איבער מאצעדאניען.
איך וועל אבער באלד קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און וועל אויסגעפונען, נישט די רייד פון די אנגעבלאזענע, נאר די גבורה זייערע.
פון אים דרשענען מיר, מזהיר זייענדיק יעדן מענטשן און לערנענדיק יעדן מענטשן מיט יעדער חכמה, כדי מיר זאלן אפערשטעלן יעדן מענטשן ווי שלמותדיק אינם משיח;
ווי איר ווייסט, אז יעדן איינעם פון אייך, ווי א פאטער זיינע קינדער,
ווארום אונדזער לערנונג איז נישט אויס באטרוג, נישט אויס אומלויטערע (כוונות) אויך נישט מיט כיטרעקייט;
און ווייטער, ברידער, בעטן מיר און זענען אייך מזהיר אינם האר יהושע/ישוע, אז ווי איר האט מקבל געווען פון אונדז, וויאזוי איר דארפט זיך לעבן וואוילגעפעלן צו ה׳—און טאקע אזוי ווי איר טוט דאס, אז איר זאלט עס פיל פארמערן.