10 פוילוס אבער איז אראפגעגאנגען, און איז ארויפגעפאלן אויף אים, און ארומנעמענדיק אים, האט ער געזאגט: באאומרואיקט זיך נישט, ווארום די נשמה זיינע איז (נאך) אין אים.
און אריינגייענדיק זאגט ער צו זיי: וואס טומלט איר און וויינט? דאס קינד איז דאך נישט געשטארבן, עס שלאפט נאר.
און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט!
דאס האט ער גערעדט, און נאך דעם זאגט ער צו זיי: אלעזר, אונדזער פריינד איז אנטשלאפן געווארן; נאר איך גיי, כדי אים אויפצוועקן פון שלאף.
זאגט יהושע/ישוע צו איר; צי האב איך דיר דען נישט געזאגט, אז אויב דו וועסט גלויבן, וועסטו זען דעם כבוד פון ה׳?
און אויפן פענצטער איז געזעסן א געוויסער בחור, מיטן נאמען עווטיכוס, (וועלכער) איז אריינגעפאלן אין א טיפן שלאף; און בשעת פוילוס האט נאך אלץ פארצויגן מיט זיין דרשענען, האט דער שלאף אים בייגעקומען, און ער איז אראפגעפאלן פונם דריטן שטאק, און מען האט אים אויפגעהויבן א טויטן.