און אויך אייניקע פון די הויכע באאמטע פון (קליין) אזיען, זייענדיק זיינע פריינד, האבן געשיקט צו אים, און געבעטן ער זאל זיך נישט איינשטעלן צו קומען אין טעאטער אריין.
און ווען זיי זענען געקומען צו אים, האט ער צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין, וויאזוי איך האב מיך אויפגעפירט צווישן אייך די גאנצע צייט, פון דעם ערשטן טאג אָן, ווען איך בין געקומען קיין אזיען,
און ביז (קליין) אזיען האבן אים באגלייט סאפאטרוס בן פורוס פון בערעא; און פון די טעסאלאניקער, אריסטארכוס און סעקונדוס; און גאיוס פון דערבע, און טימאטעוס; און טיכיקוס און טראפימוס, פון (קליין) אזיען.
און ווי די זיבן טעג האבן זיך שוין באלד געהאט געענדיקט, האבן יידן פון (קליין) אזיען אים דערזען אין בית המקדש, און האבן אויפגעהעצט דעם גאנצן המון, און ארויפגעלייגט זייערע הענט אויף אים,
און נאכן איינשטייגן אויף א שיף פון אדראמיציום, וועלכע האט געזאלט גיין צו די מקומות פון די (קליין) אזיאטישע ים ברעגעס, זענען מיר אפגעפארן, און מיט אונדז איז געווען אריסטארכוס, א מאצעדאניער פון טעסאלאניקא.
עס זענען אבער אויפגעשטאנען אייניקע פון דעם בית הכנסת, וואס האט געהייסן די שול פון די ליבערטינער, און פון קירניה און אלעקסאנדרענער און פון די (לייט) פון קיליקיען און אזיען; און האבן געהאלטן א וויכוח מיט סטעפאנוסן,
ווארום מיר ווילן נישט, אז איר זאלט נישט וויסן, ברידער, וועגן דער צרה, וואס איז אונדז געשען אין (קליין) אזיען, אז זייער פיל איבער די כוחות זענען מיר געדריקט געווארן, אזוי, אז מיר האבן זיך אפילו מיאש געווען אפילו פונם לעבן;
יוחנן צו די זיבן קהלות אין (קליין) אזיען: חסד צו אייך און שלום פון אים, וועלכער איז און איז געווען און וועט קומען; און פון די זיבן גייסטער, וואס זענען פאר זיין כסא הכבוד;