Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 2:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 און אין ירושלים האבן געוואוינט יידן, יראישמים, פון אלע פעלקער אונטערן הימל.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 2:5
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די דאזיקע גוטע בשורה פון דעם מלכות וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער באוואוינטער וועלט, ווי אן עדות צו אלע פעלקער, און דעמאלט וועט קומען דער קץ.


ווארום פונקט אזוי ווי דער בליץ, ווען ער בליצט אויף, לויכט ער פון עק הימל ביז עק הימל, אזוי וועט דער בר אנש זיין אין דעם טאג זיינעם.


און זע, עס איז געווען א מענטש אין ירושלים, וועלכער האט געהייסן שמעון, און דער דאזיקער איז געווען אן איש צדיק און א ג‑טספארכטיקער מענטש, און האט געהאפט אויף דער נחמה פון ישראל; און דער רוח הקודש האט גערוט אויף אים.


און דער איינער מיטן נאמען קלעאפאס, האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: ביסטו דער איינציקער פרעמדער אין ירושלים, און ווייסט נישט וואס עס איז דארט געשען אין די דאזיקע טעג?


און עס זענען געווען אייניקע גריכן צווישן די, וואס האבן עולה רגל געווען, כדי זיך צו בוקן דעם יום טוב;


א פרומער (מענטש) און א ירא שמים מיט זיין גאנץ בני בית, טוענדיק פיל צדקה צום פאלק און תמיד מתפלל זייענדיק צו ה׳.


און ווי דער מלאך, וואס האט גערעדט צו אים, איז אוועק, האט ער גערופן צוויי פון זיינע דינער, און א ג‑טספארכטיקן זעלנער פון די, וועלכע זענען תמיד ביי אים געווען;


די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.


און ווען עס איז געקומען דער טאג פון שבועות, זענען אלע געווען פארזאמלט אויף איין ארט.


און א געוויסער חנניה, א ג‑טספארכטיקער מאן לויט דער תורה, וועלכער האט געהאט א גוטן שם ביי אלע יידן, וואס האבן דארט געוואוינט,


און ג‑טספארכטיקע לייט האבן גענומען סטעפאנוסן און אים קובר געווען, און געמאכט א גרויס הספד אויף אים.


און ער איז אויפגעשטאנען, און געגאנגען; און זע, א מאן, אן עטיאפיער, א סריס, א הויפט באאמטער ביי קאנדאקע, קעניגין פון די עטיאפיער—ער איז געווען איבער אלע אירע אוצרות—איז געקומען זיך צו בוקן (פאר ה׳) אין ירושלים;


אויב איר וועט נאר פארבלייבן אין דער אמונה, געגרונטפעסטיקט און פעסט, און נישט באוועגן זיך פון דער האפענונג פון דער גוטער בשורה, וועלכע איר האט געהערט, וועלכע איז אויסגערופן געווארן אין דער גאנצער באשאפונג אונטערן הימל; פון וועלכער איך פוילוס בין געווארן א משרת.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ