Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 2:45 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

45 און האבן פארקויפט זייער האב און גוטס און עס צעטיילט צו אלעמען, לויט ווי יעדער איינער האט זיך גענייטיקט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 2:45
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אויב דו ווילסט זיין שלמותדיק, גיי, פארקויף דיין רכוש, און גיב עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך.


און איך זאג אייך: מאכט אייך פריינד מיט דעם ממון פון אומגערעכטיקייט, כדי ווען עס וועט אויסגיין, זאלן זיי אייך אויפנעמען אין די אייביקע וואוינונגען אריין.


ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך!


זכי אבער האט זיך אנידערגעשטעלט און געזאגט צום האר: זע, די העלפט פון מיין פארמעגן, האר, גיב איך צו די ארעמעלייט, און אויב איך האב ביי עמיצן עפעס ארויסגעפרעסט, גיב איך אים אפ פיר מאל אזויפיל.


און די תלמידים האבן באשלאסן, אז יעדער איינער פון זיי, לויט זיינע מעגלעכקייטן, זאל שיקן צו דער אונטערשטיצונג פון די ברידער, וועלכע וואוינען אין יהודה.


און עס איז נישט געווען קיין נויטליידנדער צווישן זיי, ווייל אלע, וואס האבן פארמאגט פעלדער אדער הייזער, האבן (די דאזיקע) פארקויפט, און געברענגט די פרייזן פון די פארקויפטע זאכן


און אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים; און עס איז צעטיילט געווארן צו יעדן איינעם, לויט זיינע באדערפענישן.


ווארום וואס שייך דער עבודה פאר די קדושים, איז עס איבריק פאר מיר צו שרייבן צו אייך;


ווי עס שטייט געשריבן: ער האט צעשפרייט, ער האט געגעבן צו די ארעמעלייט; זיין גערעכטיקייט בלייבט אויף אייביק. (תהלים קיב, ט.)


ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ