Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 2:40 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

40 און מיט נאך א סך אנדערע רייד האט ער עדות געזאגט און זיי מזהיר געווען, זאגנדיק: ראטעוועט זיך פון דעם דאזיקן פארקרימטן דור.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 2:40
34 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל.


א בייז און נואפדיק דור פארלאנגט א צייכן; און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן, אחוץ דאס צייכן פון יונה. און ער האט זיי איבערגעלאזט, און איז אוועקגעגאנגען.


און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ווילאנג זאל איך זיין ביי אייך? ווילאנג זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר!


איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום?


ווארום ווער עס וועט זיך שעמען מיט מיר און מיט מיינע ווערטער אין דעם דאזיקן נואפדיקן און זינדיקן דור, וועט דער בר אנש זיך אויך שעמען מיט אים, ווען ער וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט די הייליקע מלאכים.


ווארום איך האב פינף ברידער; כדי ער זאל זיי ווארנען, אז זיי זאלן אויך נישט קומען צו דעם דאזיקן ארט פון פיין!


דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש!


עס זענען אבער פאראן נאך א סך אנדערע זאכן, וואס יהושע/ישוע האט געטאן, וועלכע, אויב זיי זאלן באשריבן ווערן, איינע נאך דער אנדערער, בין איך מיך משער, אז אין דער וועלט וואלט נישט געווען גענוג ארט פאר די ספרים, וואס וואלטן אנגעשריבן געווארן.


און ער האט אונדז באפוילן אויסצורופן צום פאלק און עדות צו זאגן, אז ער איז דער פון ה׳ באשטימטער שופט פון די לעבעדיקע און טויטע.


און יהודה און סילא, וועלכע זענען אליין אויך געווען נביאים, האבן געטרייסט די ברידער מיט פיל ווערטער, און זיי געשטארקט.


און איז ארויפגעגאנגען, האט געבראכן דאס ברויט, און (אליין) טועם געווען, און נאך לאנג מיט זיי גערעדט, ביז עס איז געווארן שחרית‎, און אזוי איז ער אוועקגעגאנגען.


און דורכגייענדיק יענע פראווינצן, און טרייסטנדיק זיי (ד. ה. די דארטיקע מאמינים) מיט א סך ווערטער, איז ער געקומען קיין גריכנלאנד.


עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.


און אויפן פענצטער איז געזעסן א געוויסער בחור, מיטן נאמען עווטיכוס, (וועלכער) איז אריינגעפאלן אין א טיפן שלאף; און בשעת פוילוס האט נאך אלץ פארצויגן מיט זיין דרשענען, האט דער שלאף אים בייגעקומען, און ער איז אראפגעפאלן פונם דריטן שטאק, און מען האט אים אויפגעהויבן א טויטן.


און נאך דעם ווי זיי האבן אים באשטימט א טאג, זענען זיי געקומען צו אים אין גאסטהויז אריין אין גרעסערער צאל; וועמען ער האט דערקלערט, עדות זאגנדיק וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און אויפווייזנדיק וועגן יהושען/ישוען פון תורת משה און פון די נביאים, פון אינדערסרי ביז אין אוונט.


און יוסף, וואס האט געקריגן פון די שליחים דעם ביינאמען בר‑נבא (דאס הייסט, זון פון טרייסט), א לוי, געבוירן אין קפריסין,


מיר זענען דעריבער שלום אמבאסאדארן פאר דעם משיח, ווי ה׳ וואלט דורך אונדז מזהיר געווען; מיר בעטן אין משיחס נאמען, זייט זיך שלום מאכן מיט ה׳ (ישעיהו נג, ה.)!


דעריבער: גייט ארויס פון זייער מיט, און שיידט אייך אפ, זאגט דער האר (ג‑ט), און רירט נישט אָן קיין טמא זאך; (ישעיהו נב, יא; ירמיהו נא, מה.) און איך וועל אייך אויפנעמען,


נאכאמאל זאג איך עדות צו יעדן מענטשן, וואס לאזט זיך מל זיין, אז ער איז מחייב צו האלטן די תרי״ג מצוות.


דאס דאזיקע זאג איך דעריבער און באשווער אייך אינם האר, אז איר זאלט זיך מער נישט אויפפירן, ווי די אומות (העולם) פירן זיך אויף אין דער נישטיקייט פון זייער שכל,


כדי איר זאלט זיין אָן שולד און אָן פאלשקייט, קינדער פון ה׳ אָן א מום אין דער מיט פון א פארקרימט און א פארדרייט דור, צווישן וועלכע איר שיינט ווי ליכט אין דער וועלט,


ווי איר ווייסט, אז יעדן איינעם פון אייך, ווי א פאטער זיינע קינדער,


גיב אכטונג אויף דיר אליין און אויף דער לערנונג. פארבלייב אין זיי; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, וועסטו ראטעווען דיך אליין, און די, וועלכע הערן דיך.


דורך סילוואנוסן, דעם געטרייען ברודער, אזוי רעכן איך, האב איך אייך קורץ געשריבן, אייך מזהיר צו זיין און עדות צו זאגן, אז דאס איז דער ווארהאפטיקער חסד פון ה׳, אין וועלכן איר שטייט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ