36 דעריבער זאל דאס גאנצע בית ישראל זיכער וויסן, אז דעם דאזיקן יהושע/ישוע, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האט ה׳ געמאכט סאי פאר האר סאי פאר משיח.
אז אייך איז היינט געבוירן געווארן א גואל, וועלכער איז משיח, דער האר, אין דער שטאט פון דוד. (מיכה ה, א.)
ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס. (תהלים קי, א.)
אזוי צו זאגן: האבן מיר אייך נישט שטרענג באפוילן, נישט צו לערנען אין דעם דאזיקן נאמען, און זע, איר האט אנגעפילט ירושלים מיט אייער לערנונג, און ווילט איר ברענגען אויף אונדז דאס בלוט פון דעם דאזיקן מענטשן?
ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס.