31 פארויסזעענדיק דאס, האט ער גערעדט בנוגע דעם משיחס תחית המתים, אז ער איז נישט איבערגעלאזט געווארן אין שאול, און אז זיין פלייש האט נישט געזען פארדארבונג.
און דו, כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהייבט? ביז צו שאול תחתית וועסטו אראפנידערן. ווייל אויב אין סדום וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען אין דיר, וואלט זי שטיין געבליבן ביז צום היינטיקן טאג!
דערפאר זאגט ער אויך אויף אן אנדער שטעלע: דו וועסט נישט געבן דיין חסיד צו זען פארדארבונג. (תהלים טז, י.)
ווייל דו וועסט נישט איבערלאזן מיין נפש אין שאול (תחתית), דו וועסט אויך נישט דערלאזן דיין הייליקן צו זען פארדארבונג.
און אז ער איז נקבר געווארן; און אז ער איז אויפגעשטאנען דעם דריטן טאג לויט די כתבי (הקודש); (תהלים טז, י.)
און ווייל דער פסוק האט פארויסגעזען, אז ה׳ וועט גערעכטפערטיקן די אומות (העולם) דורך אמונה, האט ער פארויס אנגעזאגט די בשורה צו אברהמען: אין דיר וועלן געבענטשט ווערן אלע פעלקער. (בראשית יח, יח; יב, ג.)