Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 2:30 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

30 זייענדיק אבער א נביא און וויסנדיק, אז מיט א שבועה האט ה׳ אים צוגעשוואוירן, צו מאכן זיצן אויף זיין טראן (איינעם) פון דער פרוכט פון זיינע לענדן (תהלים קלב, יא; פט, ד-ה; שמואל ב ז, יב-יג.),

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 2:30
37 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

זאגט ער צו זיי: ווי אזוי זשע רופט אים דוד דורך דעם רוח (הקודש) האר, ווען ער זאגט:


און נאך דעם ווי זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האבן זיי זיך צעטיילט זיינע מלבושים, ווארפנדיק גורל,


דוד (המלך) אליין האט דאך געזאגט דורך דעם רוח הקודש: דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט, ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס! (תהלים קי, א.)


און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר.


ברידער, עס האט געמוזט דערפילט ווערן דער פסוק, וואס דער רוח הקודש האט פארויסגעזאגט דורך דודס מויל וועגן יהודהן, וועלכער איז געווארן א וועגווייזער פאר די, וואס האבן געפאנגען גענומען יהושען/ישוען.


וועגן זיין זון, וואס איז געבוירן געווארן פון דער זרע דוד לויטן פלייש,


און ווידער ישעיהו זאגט: עס וועט זיין דער ווארצל פון ישי, און דער, וואס שטייט אויף צו הערשן איבער די אומות (העולם); צו אים וועלן די פעלקער האפן. (ישעיהו יא, א, י.)


געדענק יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, איז פון דער זרע דוד, לויט מיין בשורה טובה;


נאכדעם ווי ה׳ האט פארצייטנס אין אפט מאל און אויף פארשיידענע אופנים גערעדט צו אונדזערע אבות אין די נביאים,


דעריבער, אזוי ווי דער רוח הקודש זאגט: היינט, אויב איר וועט הערן זיין קול,


האט ער ווידער באשטימט א טאג, א היום (ציטירן ניטציטירן), זאגנדיק דורך דודן נאך א לאנגער צייט; לויט ווי עס איז פריער געזאגט געווארן: היינט אויב איר וועט הערן זיין קול, זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער.


און ה׳, ווילנדיק נאכמער ארויסווייזן צו די יורשים פון דער הבטחה, די נישטפארענדערלעכקייט פון זיין עצה, האט צוגעלייגט דערצו א שבועה,


אבער ער מיט א שבועה דורך אים, וואס האט צו אים געזאגט: דער האר האט געשוואוירן, און וועט נישט קיין חרטה האבן: דו ביסט א כהן אויף אייביק;


ווארום קיינמאל איז נאך נישט געברענגט געווארן קיין נבואה פון א מענטשנס ווילן; נאר געטריבן פונם רוח הקודש, האבן מענטשן גערעדט פון ה׳. (שמואל ב כג, ג.)


זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע.


און האט א נאמען אויף זיין קלייד און אויף זיין דיך אויפגעשריבן: מלך המלכים און אדון האדונים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ