20 די זון וועט פארקערט ווערן אין פינצטערניש און די לבנה—אין בלוט, איידער עס וועט קומען דער גרויסער און מוראדיקער טאג פון דעם האר.
און באלד נאך דער צרה פון יענע טעג, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן.
און פון דער זעקסטער שעה אן איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.
נאר אין יענע טעג, נאך יענער צרה, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, (ישעיהו יג, י.)
און עס וועלן זיין סימנים אין דער זון און לבנה און שטערנס; און אויף דער ערד אנגסט אויף פעלקער; און זיי וועלן נישט וויסן קיין עצה זיך צו געבן, מחמת דעם ברויזן פון ים און די כוואליעס;
איך וועל געבן מופתים אויבן אין הימל און אותות אונטן אויף דער ערד, בלוט און פייער און א וואלקן רויך.
און עס וועט געשען, אז יעדער איינער, וואס וועט אנרופן דעם נאמען פון דעם האר, וועט געראטעוועט ווערן. (יואל ג, א-ה.)
איבערצוגעבן אזא מענטשן צום שׂטן צו דער פארדארבונג פונם פלייש, כדי דער גייסט זאל ניצול ווערן אינם טאג פון דעם האר.
ווארום איר אליין ווייסט גאנץ גענוי, אז דער טאג פון דעם האר קומט ווי א גנב אין דער נאכט.
דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן.
די איצטיקע הימלען אבער און די ערד ווערן אויפבאווארט דורך דעם זעלביקן ווארט און ווערן באהאלטן פאר דעם פייער צום יום הדין און דעם אונטערגאנג פון מענטשן רשעים.
און דער פערטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דער זון; און עס איז איר געגעבן געווארן אפצוזענגען די מענטשן מיט פייער.
און איך האב געזען, ווען ער האט געעפנט די זעקסטע חתימה, און עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; און די זון איז געווארן שווארץ ווי א זאק פון האר, און די גאנצע לבנה איז געווארן ווי בלוט (יואל ב, י.);