Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 2:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און אלע זענען געווארן אויסער זיך און צוטומלט, און האבן געזאגט איינער צום אנדערן: וואס זאל דאס באטייטן?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 2:12
8 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע ווערטער, האבן די המונים מענטשן געשטוינט איבער זיין לערנונג.


ווייל הורדוס האט זיך געפארכטן פאר יוחנן, וויסנדיק אז ער איז אן איש צדיק וקדוש; און האט אים געשיצט. און ווען ער האט אים געהערט, איז ער געווען אין גרויס פארלעגנהייט, און דאך האט ער אים גערן געהערט.


און ער האט צוגערופן איינעם פון די קנעכט, און האט געפרעגט וואס דאס זאל באטייטן.


און היות ער האט געהערט א המון מענטשן פארבייגיין, האט ער זיך געפרעגט, וואס עס איז.


און בשעת פעטרוס האט נישט געוואוסט וויאזוי זיך צו דערקלערן, וואס עס קען זיין די דערשיינונג, וועלכע ער האט געזען, זע, די מענער, וואס זענען געשיקט געווארן פון קארנעליוסן, האבנדיק זיך נאכגעפרעגט וועגן שמעונס הויז, זענען געשטאנען ביים טויער,


ווארום דו ברענגסט עפעס פרעמדע זאכן צו אונדזערע אויערן; מיר ווילן דעריבער וויסן, וואס דאס זאל זיין.


יידן און גרים, קרעטער און אראבערן; מיר הערן זיי רעדן אויף אונדזערע לשונות (וועגן) די גרויסע מעשים פון ה׳.


און זיי זענען דערשטוינט געווארן און האבן זיך געוואונדערט, אזוי צו זאגן: אָט זעט, צי זענען דען נישט אלע די דאזיקע, וואס רעדן, מענטשן פון גליל?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ