עס זענען אבער געווען אייניקע פון זיי, מענער פון קפריסין און קירניה, וואס, ווען זיי זענען געקומען קיין אנטיאכיען, האבן גערעדט אפילו צו גריכן, אנזאגנדיק די גוטע בשורה פון דעם האר יהושע/ישוע.
און פוילוס און זיינע באגלייטער האבן זיך אוועקגעשיפט פון פאפוס און זענען געקומען קיין פערגא אין פאמפיליען, און יוחנן האט זיך אפגעטיילט פון זיי און אומגעקערט קיין ירושלים.
און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳.
און אין דער פאלגענדיקער נאכט איז דער האר געשטאנען ביי אים, און געזאגט: זיי שטארק; ווארום ווי דו האסט עדות געזאגט וועגן מיר אין ירושלים, אזוי דארפסטו אויך עדות זאגן אין רוים.
עס זענען אבער אויפגעשטאנען אייניקע פון דעם בית הכנסת, וואס האט געהייסן די שול פון די ליבערטינער, און פון קירניה און אלעקסאנדרענער און פון די (לייט) פון קיליקיען און אזיען; און האבן געהאלטן א וויכוח מיט סטעפאנוסן,