Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 2:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און ווען עס איז געקומען דער טאג פון שבועות, זענען אלע געווען פארזאמלט אויף איין ארט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 2:1
23 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווייל יוחנן האט געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש נישט אין פיל טעג ארום.


נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.


און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן,


ווארום פוילוס האט באשלאסן פארבייצופארן עפעזוס, כדי ער זאל נישט דארפן פארלירן קיין צייט אין (קליין) אזיען; ווייל ער האט זיך געאיילט, ווי ווייט מעגלעך פאר אים, צו זיין אין ירושלים אויף שבועות.


און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן אלע צוזאמען אויפגעהויבן זייער קול צו ה׳, און געזאגט: אָ האר, דו ביסט עס, וואס האט באשאפן דעם הימל און די ערד און דעם ים, און אלץ, וואס איז אין זיי;


און בעת זיי האבן תפילה געטאן, האט דאס ארט געציטערט, אין וועלכן זיי זענען געווען פארזאמלט; און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, און האבן גערעדט דאס ווארט פון ה׳ מיט דרייסטקייט.


און ביי דעם רוב מאמינים איז געווען איין הארץ און איין גייסט, און קיינער האט נישט געזאגט, אז עפעס פון זיין באזיץ איז זיין אייגנס; נאר אלץ איז ביי זיי געווען געמיינשאפטלעך.


און דורך די הענט פון די שליחים זענען געשען א סך אותות און מופתים צווישן דעם פאלק; און אלע זענען געווען צוזאמען אין דעם אולם של שלמה.


כדי איר זאלט איינשטימיק, מיט איין מויל, אפגעבן כבוד דעם ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


אין עפעזוס אבער וועל איך בלייבן ביז שבועות;


נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה,


מאכט מיין שמחה פול, אז איר זאלט דענקען דאס זעלביקע, האבנדיק די זעלביקע ליבע, זייענדיק אייניק, האבנדיק איין מחשבה;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ