Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 19:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 19:21
31 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און פונדאנען קיין פיליפי, וואס איז די ערשטע שטאט פון דעם טייל מאצעדאניען, א (רוימישע) קאלאניע, און אין דער דאזיקער שטאט האבן מיר פארברענגט אייניקע טעג.


ווען אבער גאליאן איז געווען פראקאנסול פון אכאיא, האבן די יידן זיך איינשטימיק אויפגעשטעלט קעגן פוילוסן, און אים געפירט צו דער כסא המשפט,


נאר האט זיך געזעגנט און געזאגט: איך וועל ווידער קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און האט זיך אוועקגעשיפט פון עפעזוס.


און אוועקשיקנדיק קיין מאצעדאניען צוויי פון די, וואס האבן אים באדינט, טימאטעוסן און עראסטוסן, איז ער אליין נאך פארבלייבן א געוויסע צייט אין (קליין) אזיען.


און די שטאט איז פול געווארן פון דער מהומה; און אלע צוזאמען האבן געשטורמט צום טעאטער, מיטשלעפנדיק גאיוסן און אריסטארכוסן, מאצעדאניער, פוילוסנס באגלייטער אויף דער נסיעה.


ווארום פוילוס האט באשלאסן פארבייצופארן עפעזוס, כדי ער זאל נישט דארפן פארלירן קיין צייט אין (קליין) אזיען; ווייל ער האט זיך געאיילט, ווי ווייט מעגלעך פאר אים, צו זיין אין ירושלים אויף שבועות.


און זע, איצט, געבונדן אינם גייסט, גיי איך קיין ירושלים, נישט וויסנדיק, וואס עס וועט מיך דארטן באגעגענען,


און ווען מיר זענען געקומען קיין ירושלים, האבן די ברידער אונדז אויפגענומען מיט שמחה.


און נאך דעם ווי מיר האבן אויפגעזוכט די תלמידים, זענען מיר דארט פארבלייבן זיבן טעג; און זיי האבן גערעדט צו פוילוסן דורך דעם רוח (הקודש), נישט ארויפצוגיין קיין ירושלים.


און אין דער פאלגענדיקער נאכט איז דער האר געשטאנען ביי אים, און געזאגט: זיי שטארק; ווארום ווי דו האסט עדות געזאגט וועגן מיר אין ירושלים, אזוי דארפסטו אויך עדות זאגן אין רוים.


און ווי עס איז באשלאסן געווארן, אז מיר זאלן זיך אוועקשיפן קיין איטאליען, האט מען איבערגעגעבן פוילוסן מיט אייניקע אנדערע געפאנגענע צו אן אפיציר, מיטן נאמען יוליוס, פון דער (אוגוסטישן) קיסרס אפטיילונג.


אזוי צו זאגן: פארכט דיך נישט, פוילוס; דו דארפסט שטיין פארן קיסר; און זע, ה׳ האט דיר געשענקט אלע, וואס פארן מיט דיר.


און ווען מיר זענען אריינגעקומען קיין רוים, האט מען פוילוסן דערלויבט צו וואוינען אליין מיט דעם זעלנער, וועלכער האט אים באוואכט.


ווארום מיין פארלאנג איז אייך צו זען, כדי אייך איבערצוגעבן עפעס א רוחניותדיקע מתנה צו אייער שטארקונג;


און איך וויל נישט, ברידער, איר זאלט זיין אומוויסנד, אז אפטמאל האב איך שוין געוואלט קומען צו אייך (און בין ביז איצט געשטערט געווארן), כדי איך זאל האבן פירות אויך צווישן אייך, ווי צווישן די איבריקע פעלקער.


אזוי זשע בין איך גרייט לויט מיינע מעגלעכקייטן אנצוזאגן די בשורה טובה אויך צו אייך אין רוים.


און איך וועל קומען צו אייך, ווען איך וועל האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען; ווארום איך גיי איבער מאצעדאניען;


איך וועל אבער באלד קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און וועל אויסגעפונען, נישט די רייד פון די אנגעבלאזענע, נאר די גבורה זייערע.


אנצוזאגן די גוטע בשורה אין (לענדער, וועלכע) ליגן אויסער אייך, און זיך נישט צו בארימען וואס שייך דעם, וואס איז שוין פארטיק אין אן אנדערנס גבול.


דאן, נאך פערצן יאר, בין איך ווידער ארויפגעגאנגען קיין ירושלים מיט בר‑נבאן, מיטנעמענדיק מיט מיר אויך טיטוסן.


אזוי, אז איר זענט געווארן א מוסטער פאר אלע מאמינים אין מאצעדאניען און אין דעם (לאנד) אכאיא.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ